זלמן מלאָטעק זינגט אויף ייִדיש אין יאַפּאַן

Zalmen Mlotek Sings Yiddish in Japan

זלמן מלאָטעק אין פֿוקוּוואָקאַ מיט אַ לערער און סטודענטן
זלמן מלאָטעק אין פֿוקוּוואָקאַ מיט אַ לערער און סטודענטן

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published November 21, 2013, issue of December 06, 2013.

אַלע קענען שוין די מעשׂה, אַז דער מוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם עולם אין יאַפּאַן, ווײַל אויך בײַ זיי איז דער ריס צווישן די דורות גרעסער ווי אַמאָל. אין טבֿיהס צרות מיט זײַנע טעכטער האָבן זיי געזען זייערע אייגענע פּראָבלעמען מיט קינדער, וואָס ווילן פֿאַרלאָזן דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער און די ווערטן פֿון זייערע אָבֿות. אָבער וויפֿל וועגן ייִדישקייט און דעם ייִדישן לעבן פֿאַרשטייען די יאַפּאַנער מחוץ דעם בראָדוויי־מוזיקל?

ווען די יאַפּאַנישע פּראָפֿעסאָרן און כּלל־טוער האָבן דעם האַרבסט פֿאַרבעטן זלמן מלאָטעק, דעם קינסטלערישן דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן נאַציאָנאַלן פֿאָלקסבינע טעאַטער‟, צו האַלטן לעקציעס און פֿאָרשטעלונגען וועגן ייִדישע לידער אין יאַפּאַן, האָט ער, אַוודאי, געוואָלט פֿאָרן צוליב נײַגעריקייט, אָבער ער האָט נישט געוווּסט, אַז די איבערלעבונג וועט אים אַזוי באַרירן. דער אָרגאַניזירער פֿונעם גאַנצן טור איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש פֿון יאַפּאַן, וואָס האָט זיך, צו ערשט, פֿאַרליבט אינעם ייִדישן אַמעריקאַנער קאָמיקער מיקי קאַץ און דורך דעם, איז געוואַקסן זײַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור.

מלאָטעק דערציילט, אַז „כאָטש מײַן טאַטע, יאָסל מלאָטעק, האָט זיך געראַטעוועט, אַ דאַנק דעם יאַפּאַנישן קאָנסול סוגיהאַראַ, האָב איך זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס פֿאָרן אַהין וועט זײַן אַזאַ עמאָציאָנעלע איבערלעבונג. איך האָב צו זיך געטראַכט, אַז ס’וועט זײַן טשיקאַווע צו רעדן וועגן דער ייִדישער קולטור פֿאַר די סטודענטן. אָבער, אין דעם פֿאַל, ווען איך האָב גערעדט פֿאַר די יאַפּאַנישע סטודענטן, וועלכע האָבן געקענט די געשיכטע פֿון סוגיהאַראַ און די ייִדן, האָב איך געפֿילט עפּעס אין האַרצן.‟

די פֿאַרבעטונג איז געקומען, נאָך דעם ווי מלאָטעק האָט געהאָלפֿן אַ פֿאָרשער, האַריוקי קאַראָדאַ, וועלכער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ניו־יאָרק צו פֿאָרשן צוויי לידער, וואָס זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער אין זײַן לאַנד — „דאָנאַ, דאָנאַ” און „מים, מים”. דער דאָזיקער אינטערעס איז אויפֿגעקומען אין דער זעלבער צײַט, וואָס מע האָט איבערגעזעצט שוירלי גילבערטס בוך — „די מוזיק בעתן חורבן‟ אויף יאַפּאַניש, און מע האָט געזוכט אַ מענטש, וואָס זאָל קענען רעדן וועגן די לידער און זיי שפּילן און זינגען. „אַוודאי האָב איך דאָס געוואָלט טאָן, אָבער איך האָב זיי איבערגערעדט, אַז מע דאַרף אויך לערנען דורך לידער, וועגן דעם לעבן פֿאַר דער מלחמה, דעם שפּרודליקן לעבן און קולטור, וואָס איז צעשטערט געוואָרן,‟ האָט זלמן באַטאָנט.

זעקס לעקציעס האָט מלאָטעק געהאַלטן אין די אוניווערסיטעטן פֿון טאָקיאָ, היראָשימאַ און פֿוקואָקאָ. אין אָסאַקאַ האָט ער גערעדט פֿאַר אַ ייִדישן קולטור־צענטער. דער הויכפּונקט איז געווען אַ באַגעגעניש אין דער שטאָט קאָביי, וווּ יאָסל מלאָטעק איז אויך געווען, און וווּ עס געפֿינט זיך אַ שיל מיט אַ מנין. אַ גאַנצע דעלעגאַציע פֿון יאַפּאַנער און ישׂראלים האָבן מיט אים געגעסן אַ כּשרן מאָלצײַט בײַ אַ געדעקטן טיש. דאָס איז געווען דאָס איינציקע מאָל וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין יאַפּאַן מיט ייִדן, און מע האָט געזונגען צוזאַמען און אַפֿילו געגאַנגען אַ טענצל. „צו הערן פֿאַר וואָס ישׂראלים האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין יאַפּאַן, האָט מיך באַגײַסטערט; יעדע מעשׂה איז געווען אינטערעסאַנט. איין מיידל איז געקומען, ווײַל ׳קאַראַטע׳ (karate) האָט געהיילט אירע פֿיזישע פּראָבלעמען. ווי אָפֿט באַקומט די גרופּע אַ גאַסט, וואָס קען ייִדיש און רעדט אַ ביסל עבֿרית? פֿאַר זיי איז דער אָוונט אויך געווען עפּעס ספּעציעלס.‟

זלמן מלאָטעק האַלט אַ רעפֿעראַט בײַ דער טאָקיאָ־אוניווערסיטעט פֿון אויסלענדישע שטודיעס
זלמן מלאָטעק האַלט אַ רעפֿעראַט בײַ דער טאָקיאָ־אוניווערסיטעט פֿון אויסלענדישע שטודיעס

פֿון וואַנען קומט דער יאַפּאַנישער אינטערעס צו ייִדן? מלאָטעק האַלט, אַז יאַפּאַן איז קיין מאָל נישט געווען קיין גלײַכער שותּף צו היטלער, און ווען מע האָט געבעטן בײַם יאַפּאַנישן קייסער, ער זאָל מאַכן אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין שאַנכײַ, האָט ער בפֿירוש נישט געוואָלט. „מיר האָבן נישט קיין פּראָבלעם מיט די ייִדן. דאָס איר אײַער, דײַטשלאַנדס פּראָבלעם‟ — איז שאַנגיי טאַקע געוואָרן אַ געטאָ, אָבער נישט קיין לאַגער. איין מעגלעכער שורש פֿון די גוטע באַציִונגען צו ייִדן שטאַמט אפֿשר פֿון דער רוסיש־יאַפּאַישער מלחמה פֿון 1905. דער ייִדישער גבֿיר דזשייקאָב שיף האָט דעמאָלט געשטיצט יאַפּאַן מיט מיליאָנען דאָלאַר, וואָס ער האָט גענומען נישט בלויז פֿון זײַן אייגענער קעשענע, נאָר אויך בײַ אַנדערע ייִדישע גבֿירים. צוליב די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און דעם רשע צאַר ניקאָלײַ האָט מען עס געטאָן. יאַפּאַן האָט טאַקע געוווּנען די מלחמה, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי איז נישט געווען אַזוי שטאַרק ווי רוסלאַנד.

מלאָטעק איז געווען אַן אָנגעזעענער גאַסט; מע האָט אים באַקענט מיטן פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט, כאָטש מע רעדט קוים ענגליש, אַפֿילו אין אַזאַ סבֿיבֿה. בײַ ס׳רובֿ פֿון זײַנע לעקציעס האָט מען געשטעלט קשיות אויף אַ צעבראָכענעם ענגליש, אָבער איינער האָט פּלוצעם געפֿרעגט אַ פֿראַגע אויף אַ גוטן ייִדיש — דאָס איז געווען דער לינגוויסט יעקבֿ (דזשעק) האַלפּערן, אַ לאַנג־יאָריקער תּושבֿ פֿון יאַפּאַן, וואָס איז גוט באַקאַנט אין די ייִדיש־קרײַזן פֿון ניו־יאָרק.

„די סטודענטן האָבן זייער געוואָלט הערן די ייִדישע לידער, אָבער זיי האָבן ווייניק געוווּסט וועגן ייִדיש בכלל,‟האָט מלאָטעק באַטאָנט. „איך האָב זיך באַקענט מיט סטודענטן אין די 20ער יאָרן וואָס האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין ייִד. דערפֿאַר האָב איך געביטן דעם טראָפּ פֿון די לעקציעס, מע זאָל גיכער פֿאַרשטיין וועגן דער גאַנצער קולטור.

„ווער וואָלט געקענט וויסן, אַז ס’וועט זײַן אַזאַ אינטערעס צו ייִדיש אין יאַפּאַן? און כאָטש דער ‘פֿידלער אויפֿן דאַך’ איז נאָך אַלץ בײַ זיי אַ סענסאַציע, האָב איך באַוויזן מיט זיי צו לערנען אַ סך מער,‟ האָט מלאָטעק געזאָגט. צו קוקן אויף אַ ווידעאָ פֿון אַן אויפֿטריט אין אסאַקאַ, יאַפּאַן, גיט אַ קוועטש דאָ: