„קלע דוד‟ אויסגעפּרוּווט

David‘s Sling Successfully Tested

דער ערשטער עקספּערימענט מיט „קלע דוד‟, מיט אַ יאָר צוריק
Wikimedia Commons
דער ערשטער עקספּערימענט מיט „קלע דוד‟, מיט אַ יאָר צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published November 21, 2013, issue of December 06, 2013.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער פֿאָרשטייער פֿון שוץ־אינסטאַנצן האָט אויסגעפּרוּווט די נײַע וואָפֿן־סיסטעם „קלע דוד‟, געשאַפֿן בשותּפֿות דורך ביידע לענדער, וועלכע דערמעגלעכט אַראָפּצושיסן באַליסטישע ראַקעטן פֿון אַ רעלאַטיוו קורצער דיסטאַנץ. די ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער עקספּערימענט, דורכגעפֿירט מיטוואָך, דעם 20סטן נאָוועמבער, האָט געוויזן, אַז די סיסטעם אַרבעט, ווי פּלאַנירט.

ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַנטוויקלען שוין לאַנג בשותּפֿות די סיסטעם „חץ‟, וועלכע דינט דעם זעלבן צוועק. דער ישׂראלדיקע שוץ־מיניסטעריום האָט דערקלערט, אַז „קלע דוד‟ וועט „צוגעבן נאָך אַ שיכט‟ צו דעם „פּאַנצער‟, וואָס היט דאָס לאַנד אָפּ פֿון מעגלעכע ראַקעט־אַטאַקן.

די נײַע סיסטעם קאָן אַראָפּשיסן די ראַקעטן אויף אַ מהלך פֿון 60 ביז 125 מײַל — לענגער ווי די לאָקאַלע שוץ־נעץ „כּפֿת־ברזל‟, און נעענטער, ווי די לאַנג־דערגרייכנדיקע ראַקעטן „חץ—2‟. דער דערפֿאָלגרײַכער אויספּרוּוו איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער צײַט, ווען די ישׂראל־אַמעריקאַנער באַציִונגען זענען אָנגעשטרענגט געוואָרן צוליב די חילוקי־דעות לגבי דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. די ישׂראלדיקע רעגירונג איז אויך פֿאַרזאָרגט וועגן מעגלעכע ראַקעטן־אַטאַקן מצד „כעזבאָלאַ‟ פֿון סיריע און לבֿנון.

דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטעריום האָט געמאָלדן, אַז דער עקספּערימענט איז געווען אַ „וויכטיקער טראָט פֿאָרויס‟ אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער סיסטעם „קלע דוד‟, וואָס ווײַזט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט ישׂראל זיך קאָנען באַשיצן נאָך זיכערער פֿון מעגלעכע באַליסטישע ראַקעט־אַטאַקן.

„קלע דוד‟ ווערט אינסטאַלירט דורך דער ישׂראלדיקער מלוכישער פֿירמע „רפֿאל‟, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט דער אַנטוויקלונג פֿון די נײַסטע שוץ־סיסטעמען, צוזאַמען מיט דער אַמעריקאַנער מיליטערישער קאָרפּאָראַציע „Raytheon‟. אינעם אויספּרוּוו האָבן זיך באַטייליקט די פֿאָרשטייער פֿון די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער מלוכישע אַגענטורן פֿאַר ראַקעט־שוץ.

לויטן פּלאַן, וועט דער נײַער קאָמפּלעקס, וועלכער ווערט אויך אָנגערופֿן „שרביט קסמים‟, באַזײַטיקן די עלטערע אַמעריקאַנער סיסטעמען „Hawk‟ און „Patriot‟. „קלע דוד‟ איז מסוגל אַראָפּצושיסן די נײַערע טאַקטישע באַליסטישע ראַקעטן — למשל, דעם רוסישן „איסקאַנדער‟.