גולנס מיידלעך

Golan‘s Girls

אייל גולן
Wikimedia Commons
אייל גולן

פֿון ייִט״אַ

Published November 22, 2013, issue of December 20, 2013.

די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט פֿאַרהערט דעם פּאָפּולערן זינגער אייל גולן, אין שײַכות מיט חשדים וועגן סעקסועלע באַציִונגען מיט יונגע מיידלעך. גולן דינט אויך ווי אַ מיטגליד פֿונעם זשורי אין דער ישׂראלדיקער ווערסיע פֿונעם אַמעריקאַנער זינגער־פֿאַרמעסט „American Idol‟ — „כּוכבֿ הבא‟ („דער קומענדיקער שטערן‟), וואָס ווערט געוויזן אויף דעם צווייטן קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע.

גולן, אַ זינגער פֿון אַ מיזרחדיקן נוסח, איז פֿאַרהערט געוואָרן דעם 20סטן נאָוועמבער אין תּל־אָבֿיבֿ. במשך פֿון פֿינף טעג נאָכן פֿאַרהער, וועט ער מוזן בלײַבן אונטערן היים־אַרעסט. אין די סאָציאַלע נעצן האָבן זיך שוין פֿריִער פֿאַרשפּרייט קלאַנגען וועגן אַ סעקסועלן סקאַנדאַל מיט דעם 42־יאָריקן גולנען; מיטוואָך, האָט די פּאָליציי באַשטעטיקט, אַז זי פֿירט אַן אויספֿאָרשונג פֿון די חשדים.

לויט די נײַעס־באַריכטן, האָט דער טאַטע פֿונעם זינגער, ווי אויך זײַן פֿאַרוואַלטער און אַנדערע באַקאַנטע, געבראַכט געוויסע מיידלעך נאָך גולנס קאָנצערטן אין זײַן האָטעל־נומער, זיי זאָלן פֿאַרברענגען מיט אים אין בעט. גולן האָט זיי געגעבן טײַערע מתּנות און נאַרקאָטיקן צו פֿאַרזוכן. מע גיט איבער, אַז גולנס טאַטע האָט אויך געהאַט אינטימע באַציִונגען מיט אַ טייל פֿון די זעלבע מיידלעך. אַ טייל האָבן פֿאַרבראַכט מיט גולנען נאָך די קאָנצערטן פֿון אַן אַנדער זינגער, וואָס זײַן נאָמען בלײַבט דערווײַל אַ סוד.

גולן באַטאָנט, אַז ער האָט נישט געוווּסט, אַז די מיידלעך זענען צו יונג. ווי באַלד זיי האָבן פֿרײַוויליק פֿאַרבראַכט מיט אים, האָט ער געמיינט, אַז ער טוט גאָרנישט אומגעזעצלעך. ווען די פּאָליציי האָט אויסגעזאָגט דעם נאָמען פֿונעם פֿאַרדעכטיקטן, האָט די טעלעוויזיע־פֿירמע „קשת‟, וועלכע גיט אַרויס די פּראָגראַמען אויפֿן צווייטן קאַנאַל, איבערגעגעבן, אַז גולן וועט נישט קענען זיך מער באַטייליקן אינעם קומענדיקן עפּיזאָד פֿון „כּוכבֿ הבא‟, ווײַל דער זינגער געפֿינט זיך אונטער אַ פּאָליציי־אויספֿאָרשונג „אין שײַכות מיט אַ סענסיטיוון ענין‟.