קאַווע־הויפּטשטאָט פֿון דער וועלט

Coffee Capital of the World

אין דער אַלטער קײַזערלעכער קאָנדיטערײַ „דעמעל”
אין דער אַלטער קײַזערלעכער קאָנדיטערײַ „דעמעל”

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 24, 2013, issue of December 20, 2013.

אין מײַנע יונגע יאָרן האָב איך געקוקט סײַ מיט ביטול, סײַ מיט רחמנות אויף די אַלע דערוואַקסענע, קאַווע־אַדיקטן, וואָס קענען ניט אויפֿשטיין אין דער פֿרי אָן אַ טעפּל, אָדער אַ גאַנצן טאָפּ קאַווע. דאָס הייסט, אויף איבער 80% אַמעריקאַנער. זעענדיק ווי דער טאַטע גיסט אָן אַ טערמאָס מיט קאַווע, ער זאָל האָבן מיט וואָס איבערצולעבן די נסיעה צו דער אַרבעט, האָב איך געשוווירן צו זיך אַליין, אַז איך וועל קיין מאָל ניט ווערן פֿאַרשקלאַפֿט פֿון דעם דאָזיקן אומווערדיקן געטראַנק.

אָבער די יוגנט איז פֿול מיט נאַרישע געדאַנקען, און נאָר די יאָרן ברענגען חכמה און פֿאַרשטאַנד. איצט דערמאָן איך זיך אין יענע אידילישע צײַטן און וווּנדער זיך, ווי אַזוי האָב איך אָן קאַווע אָנגעשריבן די אַלע אַרבעטן פֿאַר דער שול און געלייזט די אַלע מאַטעמאַטישע רעטענישן? הײַנט וואָלט איך די רעטענישן ניט געלייזט אַפֿילו מיט קאַווע. נאָר צום גליק, האָב איך אַנטדעקט, אַז די קאַווע איז ניט אַזאַ געפֿערלעכער סם־המוות, ווי איך האָב זיך דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט.

פֿאַקטיש שאַדט די קאַווע ניט צום געזונט, פֿאַרקערט, זי היט אָפּ דעם טרינקער פֿון פֿאַרשיידענע קרענק, ווי ראַק און פּאַרקינסאָנס. זי פֿאַרשטאַרקט די מוסקלען, קלאָרט אויס דעם קאָפּ, און גיט צו מער ענערגיע און שוווּנג. ניטאָ קיין ספֿק, אַז אַ גרויסן חלק פֿונעם מענטשלעכן פּראָגרעס אין די לעצטע 400 יאָר האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דער קאַווע, וואָס אָן איר וואָלטן אונדזערע דערפֿינדער אַנטשלאָפֿן געוואָרן אין מיטן דער אַרבעט און אפֿשר גאָרניט דערפֿונדן.

פּונקט אַזוי וויכטיק ווי די קאַווע אַליין, איז די קולטור אַרום דער קאַווע. אין יאָר 2011 האָט די “אונעסקאָ” אָנערקענט די ווינער קאַוועהויז־קולטור ווי אַ טייל פֿון דער “אוממאַטעריעלער קולטור־ירושה” פֿון עסטרײַך, און דערמיט באַשטעטיקט ווין ווי די קאַווע־הויפּטשטאָט פֿון דער וועלט. דאָרט איז קאַווע ניט בלויז אַ געטראַנק, נאָר אַ גאַנצער לעבנס־שטייגער מיט אַ טראַדיציע פֿון הונדערטער יאָרן.

לויט דער לעגענדע איז דער ערשטער ווינער קאַפֿע אויפֿגעקומען נאָך אין “מלך סאָביעסקיס צײַטן” — טאַקע אין 1683, ווען דער פּוילישער קעניג יאַן סאָביעסקי האָט באַפֿרײַט ווין פֿון דער טערקישער באַלאַגערונג. צווישן די זאַכן, וואָס די טערקישע אַרמיי האָט דאָרט איבערגעלאָזט, זײַנען געווען זעק מיט קאַווע־בעבלעך. סאָביעסקי האָט זיי איבערגעגעבן צו זײַנעם אַן אָפֿיציר, וואָס האָט דערנאָך געעפֿנט דעם ערשטן קאַפֿע.

די בליצײַט פֿונעם ווינער קאַפֿע איז אָבער געווען סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען די שטאָט האָט געקאָכט מיט קאַוועהויז־ליטעראַטן און קינסטלער. זיי פֿלעגן באַשטעלן איין טעפּעלע קאַווע און זיצן איבער אים אַ גאַנצן טאָג, און דער דעמאָלטיקער קעלנער האָט זיי ניט געטשעפּעט. אין זײַנע זכרונות האָט דער פּראָזאַיִקער שטעפֿאַן צווײַג באַשריבן דעם קלאַסישן ווינער קאַפֿע אַזוי:

“ער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אינטסיטוציע פֿון אַ ספּעציעלן סאָרט, וואָס מע קען זי ניט פֿאַרגלײַכן מיט קיין ענלעכער אין דער וועלט. דאָס איז טאַקע געווען אַ מין דעמאָקראַטישער קלוב, צוטריטלעך פֿאַר יעדן איינעם פֿאַר אַ ביליקן טעפּל קאַווע, וווּ יעדער גאַסט האָט געקענט פֿאַר אַ גראָשן זיצן שעהען לאַנג, שמועסן, שרײַבן, שפּילן אין קאָרטן, באַקומען זײַן פּאָסט און, דער עיקר, קאָנסומירן אָן אַ שיעור צײַטונגען און זשורנאַלן. יעדן טאָג זײַנען מיר געזעסן שעהען לאַנג, און האָבן גאָרנישט פֿאַרפֿעלט”.

זינט די 1990ער יאָרן איז די קאַוועהויז־קולטור צוריק אַרײַן אין דער מאָדע און די ווינער האָבן מזל, וואָס ניט ווייניק פֿון זייערע אַלטע קאַפֿעען זײַנען נאָך פֿאַראַן — כאָטש ווי ערטער ניט פֿאַר שרײַבער און קינסטלער, נאָר פֿאַר גבֿירים און טוריסטן. אין דער אַלטער קײַזערלעכער קאָנדיטערײַ “דעמעל”, למשל, מישן זיך די ריחות פֿון קאַווע און שאָקאָלאַד מיטן גלאַנץ פֿון שפּיגלען און גאָלדענע הענגלײַכטערס. אַז אַן אָרעמער שרײַבער וואָלט זיך דאָרט געזעצט צו דער אַרבעט, וואָלט ער ניט פֿאַרענדיקט אַפֿילו די ערשטע זײַט, ווײַל די ניט זייער העפֿלעכע קעלנערינס וואָלטן אים אַרויסגעטריבן.

צו דער ווינער קאַוועהויז־קולטור געהערט אויך אַ רײַך־אַנטוויקלטער קאַווע־וואָקאַבולאַר: באַליבט איז דער “מעלאַנזש” — האַלב קאַווע, האַלב געשוימטע מילך; די “אײַזקאַווע” — אַ דריטל קאַווע, אײַזקרעם און קרעם (זייער געשמאַק!); דער “פֿאַרלענגערטער” — האַלב מאָקאַ (קאַווע מיט שאָקאָלאַד), האַלב הייס וואַסער. ווי אויך מער עקזאָטישע מינים: די “קאָזאַקן־קאַווע” — אַ מאָקאַ, געמישט מיט צוקער, רויטווײַן און וואָדקע; דער “אָטעלאָ” — אַן עספּרעסאָ מיט הייסן שאָקאָלאַד; און די “צאַרן־קאַווע” — אַן עספּרעסאָ, באַדעקט מיטן פֿאַרצוקערטן געלכל פֿון אַן איי. דערצו קומט יעדע קאַווע מיט אַ גלעזל וואַסער און אַ קיכל אָדער ביסקוויט, וואָס מאַכט פֿונעם קאַווע-טרינקען אַ גאַנצע צערעמאָניע.

אין די לעצטע יאָרן איז די ווינער קאַוועהויז־קולטור נאָך “באַרײַכערט” געוואָרן מיט אַן אַמעריקאַנער אימפּאָרט — די פֿירמע “סטאַרבאָקס” האָט געעפֿנט אַ צענדליק פֿיליאַלן אין דער שטאָט. איינער אַזאַ קאַפֿע שטייט אַנטקעגן דער “הויפֿבורג”, דעם קײַזערלעכן פּאַלאַץ, וווּ עס האָט אין משך פֿון 600 יאָר רעזידירט די האַבסבורג־דינאַסטיע. דערווײַל זײַנען די ווינער אפֿשר צופֿרידן, וואָס זיי האָבן נאָר אַ צענדליק “סטאַרבאָקס”, און ניט 250, ווי ניו־יאָרק.

איין וויכטיקע זאַך האָב איך זיך געלערנט פֿון די ווינער: דרך־ארץ פֿאַר דער קאַווע. זי איז ניט סתּם אַן אַדיקציע, וואָס האָט פֿאַרשקלאַפֿט כּמעט די גאַנצע מענשהייט. זי איז אַן אַדיקציע מיט אַן אַריסטאָקראַטישער טראַדיציע און מיט אַ לאַנגער היסטאָריע פֿון קינסטלערישער שעפֿערישקייט. אַזוי דאַרף מען טראַכטן, ווען מע פֿילט אָן דעם טערמאָס מיט קאַווע אין דער פֿרי.