צי איז ישׂראל איזאָלירט?

Is Israel Really Isolated?

דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד (אין מיטן) מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו (לינקס) און שמעון פּערעס בײַם דעמאָנסטרירן אַ “שלאַנג־פֿאָטאָ־אַפּאַראַט” בעת דעם פֿראַנצויזיש־ישׂראלדיקן טעכנאָלאָגישן צוזאַמענפֿאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 19טן נאָוועמבער 2013
Getty Images
דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד (אין מיטן) מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו (לינקס) און שמעון פּערעס בײַם דעמאָנסטרירן אַ “שלאַנג־פֿאָטאָ־אַפּאַראַט” בעת דעם פֿראַנצויזיש־ישׂראלדיקן טעכנאָלאָגישן צוזאַמענפֿאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 19טן נאָוועמבער 2013

פֿון עמיל קאַלין

Published November 26, 2013, issue of December 20, 2013.

אַז מע גוט אַ קוק אַרײַן אין אַ צײַטונג אין ישׂראל, קען דיך באַפֿאַלן אַ מרה-שחורה, אַ פֿאַרצווייפֿלונג, אַ געפֿיל, אַז ישׂראל איז ווידער אומבאַהאָלפֿן.

ווידער איז די מדינה געבליבן איינע אַליין קעגן איראַן און איר דראָענדיקן נוקלעאַרן פּראָיעקט. די מערבֿ-וועלט פּאַטשט זיך די בײַכער מיט די אַמאָליקע בלוט-שׂונאים, די פֿינצטערע אײַאַטאָלאַס, וועלכע זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן דורך אַ נס אין שמייכלענדיקע, אָפֿענע מענטשן, וואָס דאָס ראַציאָנאַלע (לייענט: דער געדאַנקען-גאַנג אין מערבֿ) שטייט בײַם מערבֿ אויפֿן אויבנאָן, און ישׂראל איז „אַ שרעקלעכער עקשן‟.

נתניהון האָט זיך אײַנגעגעבן צו קריגן זיך מיט אַמעריקע, דער שלום-פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער טאָפּטשעט זיך אויף אַן אָרט, ווי קהלת זאָגט: „וואָס עס איז געווען, אַזוי וועט עס בלײַבן‟.

איין ידיעה האָט נישט צוגעצויגן קיין שום אויפֿמערק דאָ: דער פּראָדוקט פֿאַר יעדן נפֿש אין ישׂראל האָט געשלאָגן הײַיאָר אַ רעקאָרד — 38,310 דאָלאַר. ישׂראל, וואָס האָט מיט צען יאָר צוריק פֿאַרדינט אַ העלפֿט פֿון מערבֿ-אייראָפּע, שטייט הײַנט נישט לעבן די איבעריקע OECD־מיטגלידער, ווי עני־בשער.

זי איז אַ גלײַכבאַרעכטיקטער מיטגליד. אירע ציפֿערן זענען נאָענט צו בריטאַניע (39,600); איטאַליע און שפּאַניע האַלטן אַ קאַפּעלע ערגער: 32,910 און 28,410. אַפֿילו פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, וואָס דער ניוואָ פֿון לעבן אין בערלין ווערט באַזונגען פֿון געוויסע ישׂראלים, האַלטן נישט קיין סך בעסער: פֿראַנקרײַך מיט 41,410 דאָלאַר, און דײַטשלאַנד וואָס האָט, דאַכט זיך, פֿון תּמיד אָן געהאַט אַן אײַזערנע עקאָנאָמיע, האָט אַ פּראָדוקט פֿאַר נפֿש פֿון 43,420 דאָלאַר.

יאָ, די ישׂראלים, וואָס זינגען לויבגעזאַנגען פֿאַר דײַטשלאַנד, כאַפּן זיך נישט, אַז ישׂראל קען נאָך איבעריאָגן זייער נײַע געליבטע.

מע דאַרף אויכעט האָבן אין זינען, אַז דער פּראָדוקט ווערט גערעכנט לויט דער צאָל נפֿשות, און בשעת די באַפֿעלקערונג אין מערבֿ-אייראָפּע ווערט נישט גרעסער (אויב נישט קלענער), מערן זיך די ישׂראלים. צו דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל קומט צו יעדע זיבן יאָר נאָך איין מיליאָן נפֿשות; דאָס הייסט, אַז אין פֿערצן יאָר אַרום וועט די באַפֿעלקערונג דאָ באַטרעפֿן אַרום צען מיליאָן נפֿשות — ווי אַ מיטלסטע מדינה אין אייראָפּע. וואָס האָט גורם געווען דעם וווּקס פֿון דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע? קודם-כּל, די הײַ-טעק־אינדוסטריע, וואָס איז לויטן פֿאַרנעם די צווייטע נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן; אייראָפּע גופֿא איז הינטערשטעליק אין דעם געביט. דער גאַז הייבט אָן צו שטראָמען דערווײַל פֿאַר דער אייגענער עלעקטריע־סיסטעם, אָבער אין אַ יאָר-צוויי אַרום וועט ער אָנהייבן צו שטראָמען אויך אין אויסלאַנד. דערצו פֿאַרדינט ישׂראל נישקשה פֿון דער זיכערהייט־אינדוסטריע און פֿון אײַנפֿאַלערישקייט אין אַגריקולטור.

אין חודש אָקטאָבער איז פֿאַרגעקומען אין ישׂראל אַ וויכטיקע טרעפֿונג: די רעגולאַטאָרן פֿון דער גאַז־אינדוסטריע פֿון ישׂראל, גריכלאַנד, איטאַליע און ציפּערן האָבן זיך געטראָפֿן, כּדי אויסצוזוכן מיטלען ווי מיטצואַרבעטן. וואָס פֿאַראייניקט זיי? דער אינטערעס צו ישׁראלדיקן גאַז. גאַנץ אייראָפּע וויל אים קויפֿן.

דער איטאַליענישער פּרעמיער האָט שוין געמאָלדן, אַז זײַן לאַנד וויל דינען ווי דער טויער פֿון דעם ישׁראלדיקן גאַז קיין אייראָפּע. אייראָפּע איז דאָרשטיק צום ישׁראלדיקן גאַז, וואָס וועט אָפּשוואַכן דעם רוסישן גאַז־יאָך. אייראָפּע איז איצט אָפּהענגיק פֿון פּוטינען אין אַלץ וואָס שייך איר ענערגעטישן מאַרק.

און טערקײַ, וואָס האָט זיך געריסן צו זײַן דער טויער פֿון דעם ישׂראלדיקן גאַז קיין אייראָפּע און האָט זיך אַרײַנגעלייגט מיט די ביינער, אַז די גאַז־רערן זאָל ווערן געלייגט אויף איר ערד? קיינער רעדט און טראַכט מער נישט וועגן דעם.

אַ בליק אויף דער עקאָנאָמישער סיטואַציע אין די אַראַבישע לענדער באַשטעטיקט ווידער, אַז פּערעסעס וויזיע וועגן אַ מיטל-מיזרח אָן עקאָנאָמישע גרענעצן, וואָס וועט זײַן פֿאַראייניקט לויטן אייראָפּעיִשן שניט, איז נישט געווען מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע. אַפֿילו אויב מע וועט נעמען אַלע שכנים פֿון ישׂראל, וועט מען זיך נישט דערנענטערן צו ישׂראלס ציפֿערן. די אַרומיקע לענדער האָבן געמאַכט אַ קאַרגן פֿאָרשריט, און דאָך זענען זיי נענטער צו אַפֿריקע ווי צו אייראָפּע.

אַצינד לאָזט זיך פֿאַרשטיין, ווי לעכערלעך וואָלט געווען אַן עקאָנאָמישע פֿאַראייניקונג צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, למשל. דזשאָן קערי מעג שיטן געלט וויפֿל עס גלוסט זיך אים; די פּאַלעסטינער עקאָנאָמיע וועט סײַ־ווי בלײַבן הינטערשטעליק, ווי די אַלע אַרומיקע עקאָנאָמיעס.

איצט זעען מיר, אַז ישׂראל איז נישט איזאָלירט און וועט נישט זײַן איזאָלירט. דאָס געשעט נישט, ווײַל די אומות-העולם מאַכן אונדז „טובֿות‟, אָדער דערבאַרעמען זיך אויף אונדז. און געשען געשעט עס, ווײַל מע האָט געמיינזאַמע אינטערעסן.

סאַודיע און די עמיראַטן האָבן די אייגענע אינטערעסן ווי ישׂראל אין זייער קאַמף קעגן דעם אַטאָמישן פּראָיעקט פֿון די אײַאַטאָלאַס. עס איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז ישׂראל אַרבעט מיט מיט זיי הינטער די קוליסן, דער עולם זאָל נישט זען.