מקום־מיקלט אין דער היים

Requesting Alysum at Home

אַניקאַ הערנראָט־ראָטשטיין (אינעם ווײַסן מאַנטל) באַטייליקט זיך אין אַ פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין שטאָקהאָלם, מיט אַ יאָר צוריק
Anders Henrikson
אַניקאַ הערנראָט־ראָטשטיין (אינעם ווײַסן מאַנטל) באַטייליקט זיך אין אַ פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין שטאָקהאָלם, מיט אַ יאָר צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published November 25, 2013, issue of December 20, 2013.

אַניקאַ הערנראָט־ראָטשטיין, אַ ייִדישע פֿרוי אין שוועדן, האָט געבעטן אַ פּאָליטישן מקום־מיקלט בײַ דער רעגירונג פֿון איר אייגן לאַנד. מיט אַזאַ סימבאָלישן זשעסט האָפֿט זי צוצוציִען דעם אויפֿמערק צו דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם אין שוועדן, הגם זי האָט אַליין באַמערקט, אַז איר בקשה קלינגט אַבסורדיש.

דעם 17טן נאָוועמבער, האָט הערנראָט־ראָטשטיין פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן אינטערנעץ־זשורנאַל „Mosaic‟ אַן אַרטיקל, וווּ זי טענהט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד זאָגט צו דעם פּאָליטישן מקום־מיקלט „די, וואָס האָבן ערנסטע סיבות מורא צו האָבן פֿאַר רדיפֿות צוליב זייער ראַסע, נאַציאָנאַליטעט, רעליגיע, פּאָליטישע איבערצײַגונגען, געשלעכט, סעקסועלער אָריענטאַציע אָדער שײַכות צו אַ געוויסער סאָציאַלער גרופּע‟. די מחרבטע האָט געטענהט, אַז ייִדן אין שוועדן געפֿינען זיך הײַנט, לויט איר מיינונג, אין אַזאַ באַדראָטן מצבֿ.

הערנראָט־ראָטשטיינס זשעסט האָט אַרויסגערופֿן אַן אָפּרוף אין אַ צאָל באַקאַנטע שוועדישע נײַעס־קוואַלן און אין דער ייִדישער פּרעסע אַרום דער וועלט. די שוועדישע מיגראַציע־אינסטאַנץ, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון די פּליטים, האָט אָבער גאָרנישט געהערט וועגן דער אומגעוויינטלעכער בקשה. קאַטאַזשינאַ זעבראָווסקאַ, די פּרעסע־באַאַמטע פֿון דער אינסטאַנץ, האָט אַרויסגעזאָגט אַ השערה אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז הערנראָט־ראָטשטיין האָט, אפֿשר, איבערגעלאָזט אַ נאָטיץ וועגן דעם אינעם ביוראָ. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז זי האָט אָפֿיציעל געבעטן אַ מקום־מיקלט. סײַ־ווי-סײַ, קאָן אַ שוועדישער בירגער, על־פּי געזעץ, בעטן אַ מקום־מיקלט אין אַן אַנדער לאַנד, אָבער נישט אין שוועדן גופֿא.

די 32־יאָריקע הערנראָט־ראָטשטיין, אַ באַקאַנטע אָרטיקע פּראָ־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטקע, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זי האָט זיך אַליין נישט געריכט אויף אַן ערנסטן ענטפֿער פֿון דער רעגירונג. אַחוץ דעם גאַסן־אַנטיסעמיטיזם, האָט זי קריטיקירט די אַנומלטיקע פּאָליטישע קאַמפּאַניעס קעגן ברית־מילה און כּשרער שחיטה אין שוועדן.

מאַרק האַריס, אַן אַנדער שוועדישער ייִדישער אַקטיוויסט, האָט קריטיקירט הערנראָט־ראָטשטיינס בקשה און באַטאָנט, אַז הגם אַנטיסעמיטיזם טרעפֿט זיך טאַקע אין שוועדן, טאָר מען עס נישט איבערטרײַבן אויפֿן חשבון פֿון די פּליטים, וועלכע אַנטלויפֿן פֿון אַנדערע לענדער צוליב ערנסטע סכּנות.