דער אָפּמאַך מיט איראַן

Understanding the Iran Deal

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דערציילט וועגן דעם אָפּמאַך מיט איראַן דעם 23סטן נאָוועמבער אינעם „ווײַסן הויז‟.
T.J. Kirkpatrick-Pool/Getty Images
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דערציילט וועגן דעם אָפּמאַך מיט איראַן דעם 23סטן נאָוועמבער אינעם „ווײַסן הויז‟.

פֿון ייִט״אַ

Published November 26, 2013, issue of December 20, 2013.

צום ערשטן מאָל אין אַ צענדליק יאָר, האָבן די גרעסטע לענדער אין דער וועלט, בראָש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דערגרייכט אַן אָפּמאַך מיט איראַן, לויט וועלכן די איראַנישע נוקלעאַרע אינסטאַנצן וועלן באַגרענעצן די פּראָגראַם פֿון אוראַניום־באַרײַכערונג, אָפּשטעלן ס׳רובֿ צענטריפֿוגעס און אָפּהאַלטן דעם אויפֿבוי פֿונעם פּלוטאָניום־רעאַקטאָר. די קאָאַליציע פֿון עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט בריטאַניע, פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, כינע און דײַטשלאַנד, וועט, פֿון איר צד, אָפּשוואַכן די עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן איראַן.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן אָפּמאַך, און די איראַנישע רעגירונג, זענען ביידע געבליבן גאַנץ צופֿרידן מיטן הסכּם. דעם 23סטן נאָוועמבער, האָט דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ באַטאָנט אין זײַן רעדע, אַז דער איצטיקער אָפּמאַך וועט פֿאַרזיכערן, אַז איראַן וועט זיך באַנוצן מיט דער נוקלעאַרער ענערגיע בלויז אויף פֿרידלעכע צוועקן.

די ישׂראלדיקע רעגירונג איז אָבער שטאַרק אומצופֿרידן. דער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט עס אָנגערופֿן אַ „היסטאָרישער טעות‟ און געטענהט, אַז איראַן וועט קאָנען, לויט זײַן מיינונג, נאָך אַלץ שאַפֿן „דאָס געפֿערלעכסטע וואָפֿן אין דער וועלט‟.

לויטן נײַעם הסכּם, וועט איראַן אויסמישן דעם 20־פּראָצענטיקן באַרײַכערטן מיטן אומבאַרײַכערטן אוראַניום, און אַראָפּברענגען דעם אַלגעמיינעם באַרײַכערונג־ניוואָ ביז 5 פּראָצענט. אַ סך פֿון די צענטריפֿוגעס וועלן אָפּגעשטעלט ווערן. די איראַנישע רעגירונג האָט אויך מסכּים געווען אָפּצוהאַלטן דעם אויפֿבוי פֿונעם פּלוטאָניום־רעאַקטאָר און פֿון דער אויסשטאַטונג פֿאַרן באַרײַכערן פּלוטאָניום — אַן אַנדער מאַטעריאַל, וואָס טויג פֿאַר נוקלעאַרע באָמבעס. איראַן וועט קאָנען ווײַטער באַרײַכערן די נוקלעאַרע מאַטעריאַלן — אָבער בלויז ביז אַ נידעריקער מדרגה, וואָס טויג פֿאַר עלעקטראָ־ענערגיע און נישט מסוגל פֿאַר באָמבעס.

כּדי צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע, מוז מען קאָנצענטרירן דעם זעלטענעם איזאָטאָפּ, אוראַניום־235, ביז 90 פּראָצענט. די 5־פּראָצענטיקע קאָנצענטראַציע פֿונעם דאָזיקן איזאָטאָפּ איז נוצלעך בלויז פֿאַר ציווילע צוועקן. די איראַנישע רעגירונג האָט שוין לאַנג באַטאָנט, אַז זי קלײַבט זיך נישט צו מאַכן קיין באָמבעס. די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער טענהן אָבער, אַז דעם באַרײַכערונג־ניוואָ קאָן מען גענוג גרינג פֿאַרגרעסערן פֿון 5 ביז 90 פּראָצענט במשך פֿון בלויז עטלעכע וואָכן, מיט דער הילף פֿון דער אויסשטאַטונג, וואָס איראַן האָט מסכּים געווען אָפּצושטעלן, אָבער נישט צו צעשטערן.

לויטן אָפּמאַך, וועט די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם זיך ווײַטער אַנטוויקלען אונטער דער טעגלעכער השגחה פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿאַר אַטאָם־ענערגיע‟. די באַטייליקטע אינעם אָפּמאַך האָבן מסכּים געווען צו מאַכן לײַכטער בלויז אַ רעלאַטיוו קליינעם טייל פֿון די סאַנקציעס.

נתניהו האָט געמאָלדן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג מוז נישט אָנערקענען דעם אָפּמאַך, אַז „דער איראַנישער רעזשים שטעלט דעם ציל צו צעשטערן ישׂראל‟ און אַז ישׂראל „האָט דאָס רעכט און די פֿליכט צו באַשיצן זיך פֿון אַלע דראָונגען‟.