ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 27, 2013, issue of December 20, 2013.

עס קומט חנוכּה, און אין מאָסקווע פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ אויף אַ ברייטן פֿוס. דאָס ערשטע ליכט פֿונעם יום־טובֿ וועט מען אָנצינדן אויף דעם רעוואָלוציע־פּלאַץ אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, לעבן דעם „באָלשוי‟־טעאַטער. אין מאָסקווער געשיכטע פֿון דער נײַער צײַט האָט דער פּלאַץ געשמט אין נאָוועמבער 1918. מע האָט דעמאָלט געפּראַוועט דעם ערשטן יאָרטאָג פֿון דער רעוואָלוציע; און מ‘האָט געלאָזט די „רויטע‟ קינסטלער באַפּוצן דעם פּלאַץ, ער זאָל אויסזען מאָדערן און רעוואָלוציאָנעריש. אַ גרופּע אַוואַנגאַרדיסטן, בתוכם ייִדישע קינסטלער, האָבן דעמאָלט פֿאַרוואַנדלט דעם פּלאַץ אין אַ טעאַטער־דעקאָראַציע פֿון אַ רעוואָלוציאָנערער שפּיל.

אין דער נײַסטער געשיכטע פֿון רוסלאַנד האָט דווקא חנוכּה זוכה געווען געפּראַוועט צו ווערן בהרחבֿותדיק. אָנהייב 1990ער יאָרן האָט מען דאָ אויפֿגעשטעלט אַ ריזיקן חנוכּה־לאָמפּ, ניט קלענער ווי אין קרעמל; נאָך דעם, אַ יאָר צען נאָכאַנאַנד, האָט מען כּסדר אויפֿגעשטעלט אַ חנוכּה־לאָמפּ אויף מאַנעזש־פּלאַץ לעבן קרעמל, און איצט לעבן דעם „באָלשוי‟־טעאַטער. אָנצינדן דאָס ערשטע ליכט וועט דער הויפּט־חבד־רבֿ בערל לאַזאַר.

***

דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, בנימין נתניהו, האָט זיך מיט אַ וואָך צוריק געטראָפֿן מיטן רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. פֿון איין זײַט, איז רוסלאַנדס ראָלע נאָך דעם סקאַנדאַל אַרום די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און סיריע געוואָרן וויכטיקער, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז רוסלאַנד פֿאַר ישׂראל אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אַליִיִרטע: רוסלאַנד שטעלט כּסדר צו געווער די אַראַבישע לענדער — עגיפּטן און סיריע. די הויפּט־טעמע פֿון נתּניהוס באַגעגעניש מיט פּוטינען איז געווען דווקא איראַן און זײַן נוקלעאַרע פּראָגראַם. רוסלאַנד באַוויליקט די פֿאַרהאַנדלונגען אין זשענעווע, בעת ישׂראל איז זיכער, אַז לויט די באַדינגונגען וואָס ווערן איצט אַרומגערעדט, וועט איראַן קריגן צו פֿיל נוץ פֿאַר צו ווייניק הנחות, און אַז דער נײַער הסכּם וועט נאָר פֿאַרגרינגערן איראַן צו פֿאַרווירקלעכן די נוקלעאַרע פּראָגראַם. קיין פּראַקטישן רעזולטאַט האָבן די זײַטן פֿון דער באַגעגעניש ניט דערגרייכט.

דאָנערשטיק דעם 21סטן נאָוועמבער האָט נתּניהו באַזוכט דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע. ער האָט באַטראַכט די עקספּאָזיציע, און די הויפּטן פֿונעם מוזיי האָבן אים באַוויזן די ביכער און כּתבֿ־ידן פֿון שנאורסאָנס ביבליאָטעק.

***

בשעתן אַרעסט פֿונעם אַלטן חבד־רבין פֿון ליאַדי
בשעתן אַרעסט פֿונעם אַלטן חבד־רבין פֿון ליאַדי

דער רוסישער חב״ד פּראַוועט די וואָך דאָס נײַע יאָר פֿון חסידות. דווקא י״ט כּסלו, מיט 215 יאָר צוריק האָט מען באַפֿרײַט דעם אַלטן רבין פֿון פּעטראָ־פּאַוולאָווסקער פֿעסטונג אין פּעטערבורג. הײַיאָר איז אין אַ צענטראַלן האָטעל אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט, וואָס, אַחוץ די הויפּטן פֿון חב״ד, האָבן אין אים אָנטיילגענומען אויך די אָנפֿירער פֿון דער רוסלענדישער בוכאַרער קהילה און ייִדישע געשעפֿטסלײַט. מע האָט דורכגעפֿירט אַ לאָטעריע. דער פּרײַז איז געווען — איינער פֿון די דאָלאַרן, וואָס ס‘האָט געהערט דעם לעצטן רבין פֿון חב״ד.

***

דער טעמע פֿון צוזאַמענשטויסן פֿון ייִדן און דער מלוכה, פֿון אַרײַנמישן זיך פֿון דער מלוכה אין ייִדישע ענינים, און פֿון ייִדישע ווענדונגען צו דער מאַכט, איז געווידמעט די ערשטע לעקציע, וואָס ס‘פֿירט דורך דער ערשטער מאָסקווער ייִדישער מוזיי. דער וויסנשאַפֿטלעכער אָנפֿירער פֿונעם מוזיי, דער ישׂראלדיקער קונסט־פֿאָרשער באָריס חיימאָוויטש, וועט דערציילן וועגן דער געשטאַלט פֿון אַ צווייקעפּיקן אָדלער אין דער ייִדישער קונסט. שוין אין מיטל־אַלטער האָבן זיך אַזעלכע אָדלערס באַוויזן אין ייִדישע כּתבֿ־ידן; און שפּעטער, אין מיזרח־אייראָפּע, האָט די דאָזיקע געשטאַלט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין שול־דעקאָר און אין דער פֿאָלקס־קונסט. אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי זענען דאָ עטלעכע אַזעלכע עקספּאָנאַטן —אָרון־קודשן, באַפּוצט מיט אימפּערישע אָדלערס.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.