מינסק — ירושלים פֿון סאָװעטישן װײַסרוסלאַנד

Minsk, the Jerusalem of Soviet Belorussia

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 28, 2013, issue of December 20, 2013.

מינסק איז געװען די לעצטע שטאָט אין יוסף אָפּאַטאָשוס לאַנגער נסיעה איבערן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1928. כּדי צו באַקומען די אַרױספֿאָר־װיזע, איז ער געקומען אין דער מיליציע־אָפּטײל, װוּ מען האָט אים באַגריסט אױף אַ „װאָגיקן ליטװישן ייִדיש‟. אָפּגעפֿאַרטיקט מיט די פֿאָרמאַליטעטן, האָט זיך אָפּאַטאָשו געלאָזט זוכן די ישיבֿה. דאָרט האָט ער דערזען אַזאַ בילד: „דאָ זײַנען צעװאָרפֿן בחורים בײַ שטענדערס. טײל שטײען, טײל זיצן, אַכצן־יאָריקע, צװאַנציק־יאָריקע, מיט זײַדענע הערעלעך אױף די גאָבמעס, אױף די באַקן, װי מען שטעלט זײ פֿאָר אין אַנ־סקיס ׳דיבוק׳. טײל לערנען שטיל, מיט דבֿקות, אַנדערע אױפֿן קול, מיט גרױס אימפּעט.‟

דער פֿאַקט, אַז אַזאַ מין ישיבֿה האָט געקאָנט עקזיסטירן עלעף יאָר נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, אין דער סאַמע מיט פֿון דער הױפּשטאָט פֿון סאָװעטישן װײַסרוסלאַנד, מעג זיך הײַנט אַרױסװײַזן װי אַ חידוש. אָבער ער פּאַסט זיך זײער גוט אַרײַן אין דער קאָנצעפּציע פֿון סאָװעטיש־ייִדישן סימביאָז אין מינסק, װאָס װערט אַנטװיקלט דורך דעם פּראָפֿעסאָר עליסאַ בן־פּורת אין איר גרינטלעכער מאָנאָגראַפֿיע „אױסבילדונג פֿון סאָװעטישע ייִדן: דער באָלשעװיסטישער עקספּערימענט אין מינסק‟. װי עס באַטאָנט די מחברין, איז מינסק פֿון סאַמע אָנהײב אָן געװען אַ יוצא־דופֿן — די אײנציקע „ייִדישע‟ שטאָט אין תּחום־המושבֿ, װאָס איז נאָך דער רעװאָלוציע געװאָרן די הױפּט־שטאָט פֿון אַ סאָװעטישער רעפּובליק. און די ייִדן האָבן דאָ געשפּילט זײער אַ חשובֿע ראָלע אין פּאָליטיק, קולטור און אַדמיניסטראַציע.

דער סאַמע „סענסאַציאָנעלער‟ קאַפּיטל אינעם בוך שילדערט דאָס רײַכע רעליגיעזע לעבן אין סאָװעטישן מינסק. ניט געקוקט אױף דער אַנטי-רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און איר „ייִדישער סעקציע‟, האָט מינסק פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל שילן, חדרים און אַפֿילו אַ פּאָר ישיבֿות, װאָס האָבן פֿונקציאָנירט ביז אין די 1930ער יאָרן. אַ סך ייִדן האָבן געהאַלטן כּשרות און געמלעט זײערע זין. בן־פּורת ציטירט דעם שרײַבער ראובֿן ברײַנין, װאָס האָט געשריבן אין 1927, אַז די מינסקער ייִדן זײַנען פֿרימער אײדער די ייִדן אין װילנע, הגם זי איז משער, אַז דאָס קאָן זײַן אַ גוזמאּ. אָבער װען אָפּאַטאָשו האָט געפֿרעגט אַ ישיבֿה־בחור, „װער האַלט אױס די קיך?‟, האָט אים יענער געענטפֿערט: „ייִדן, מינסקער ייִדן, אַפֿילו קוסטאַרן.‟ װען דער ישיבֿה־בחור האָט זיך באַקלאָגט אױף די „ייִדסעקישע‟ רדיפֿות, האָט אים אָפּאַטאָשו דערװידערט, מסתּמא אױפֿן סמך פֿון זײַנע קענטענישן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט: „װען זײ װאָלטן אײַך אויף אַן אמתן גערודפֿט, װאָלט איר דאָ ניט געזעסן און געלערנט.‟ ניט געקוקט אױף אַלע צרות, זײַנען אין מינסק אין 1930 פֿאַרבליבן 89 שילן, װאָס זײַנען געװען אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט בײַ דער מלוכה.

בן־פּורתס אַרכיװאַלע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן, אַז דאָס נעצװערק פֿון רעליגיעזע אַנשטאַלטן האָט באַקומען שטיצע פֿון דעם אַזױ־גערופֿענעם „קאָראָבקע‟, אַ ספּעציעלער שטײַער אױף צו כּשרן פֿלײש, װאָס עס האָט אײַנגעפֿירט נאָך די צאַרישע מאַכט; און די קהילה האָט דעם דאָזיקן שטײַער װײַטער גענומען אין די 1920ער יאָרן, שױן שטילערהײט פֿון דער מלוכה. חוץ דעם, האָבן די בחורים געגעסן טעג בײַ די מינסקער תּושבֿים. דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון דער דאָזיקער סיסטעם איז געװען דער ראָש־ישיבֿה, דער האָראָדנער רבֿ ר׳ יהשוע צימבאַליסט.

די פֿולע סאָװעטיזאַציע פֿונעם ייִדישן לעבן אין מינסק איז אָנגעגאַנגען לענגער, אײדער אין אַנדערע טײלן פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ניט נאָר רעליגיעזע, אָבער אױך די בונדיסטישע און אַפֿילו ציוניסטישע ירושה איז געװען גאַנץ לעבעדיק אין די 1920ער יאָרן. און דערפֿאַר האָבן דװקא די סאָװעטישע ייִדישע פּני אין װײַסרוסלאַנד געליטן בעת די סטאַליניסטישע „רײניקונגען‟ פֿון 1935–1938 מער אײדער אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע.

אין מינסק, דערקלערט בן־פּורת, האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַן אײגנאַרטיקער „טעריטאָריאַלער‟ סאָװעטיש־װײַסרוסישער נוסח פֿון ייִדישער קולטור. די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, קודם־כּל, דער „אינסטיטוט פֿון װײַסרוסישער קולטור‟, ייִדישע ליטעראַטן, װי אױך די אָרטיקע „ייִדסעקציע‟ האָבן געשטעלט דעם ספּעציעלן טראָפּ אױפֿן לאָקאַלן כאַראַקטער פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. פֿון דעם איז אַרױסגעװאַקסן אַ ביטערער קאַמף קעגן קיִעװ פֿאַר דער העגעמאָניע אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. און די מיט־1930ער יאָרן האָט זיך דאָס געענדיקט מיטן נצחון פֿון די קיִעװער, װעלכע האָבן פֿאַרכאַפּט די פֿירנדיקע פּאָזיציעס אין מאָסקװע.

אָבער אין די 1920ער יאָרן האָט די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין מינסק נאָך אױסגעזען גאַנץ ליכטיק. דעם גרעסטן רושם אױף אָפּאַטאָשון האָבן געמאַכט ניט די האַלב־אונטערערדישע ישיבֿות און חדרים, נאָר דער ייִדישער לערער־סעמינאַר: „אַ צימער פֿאַר פֿיזיק, פֿאַר כעמיע, פֿאַר ביאָלאָגיע, אַ ביבליאָטעק. איבער פֿיר הונדערט סטודענטן, סטודענטקעס, פֿון גאַנץ װײַסרוסלאַנד, װאָס האָבן דורכגעמאַכט עלעמענטאַרע שולן אין ייִדיש, מיטלשולן, קומען זיך אַהער צונױף אױף העכערע קורסן. די הונדערטער סטודענטן באַװאַרפֿן מיך מיט פֿראַגן, קענען אױסגעצײכנט ייִדישע ליטעראַטור, זײַנען כּמעט באַקאַנט מיט יעדן ייִדישן שרײַבער ביז צו די ייִנגסטע, און מיר איז גוט מיט זײ. מיר, ייִדישע שרײַבער, האָבן קײן מאָל ניט געהאַט די יוגנט. אונדזער לײענער איז געװען דער עלטערער דור — באָבעס, זײדעס, טאַטעס, מאַמעס, די יוגנט האָט געפֿעלט. און דאָ װאַקסט די יוגנט, אַ פֿרײַע, אַ ייִדישע.‟

נאָכן חורבן איז דער זכר פֿון ייִדישן מינסק געװאָרן אױסגעמעקט פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער געשיכטע. אַ סך מקורים זײַנען פֿאַרניכטעט געװאָרן צוזאַמען מיט די ייִדישע תּושבֿים אין די שׂרפֿות פֿון דער מלחמה. און בלױז איצט, אַ דאַנק דעם מערקװירדיקן אױפֿטו פֿון פּראָפֿעסאָר בן־פּורת, קאָן מען װידער הערן פֿאַרשידענע שטימען פֿון אָט דעם פֿאַרגעסענעם עבֿר, װאָס דערצײלן די פֿילזײַטיקע געשיכטע פֿון דעם אַמאָליקן סאָװעטיש‘ „ירושלים ד׳װײַסרוסלאַנד‟.