ייִדן אין ברוקלין אַטאַקירט

Brooklyn Jews Targeted in Attacks

אַ פּאַטרוליר־אויטאָ שטייט לעבן דעם ייִדישן קינדער־מוזיי אין קראַון־הײַטס, ברוקלין
Julie Wiener
אַ פּאַטרוליר־אויטאָ שטייט לעבן דעם ייִדישן קינדער־מוזיי אין קראַון־הײַטס, ברוקלין

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published November 28, 2013, issue of December 20, 2013.

חווה, אַ סטודענטקע אין אַ חב״ד־סעמינאַר, וווינט שוין זעקס יאָר לאַנג אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, און האָט זיך תּמיד געפֿילט זיכער דאָרט. לעצטנס האָט זי אָבער אָנגעהויבן טראָגן פֿעפֿער־שפּריץ אין טאַש, אויפֿן פֿאַל, אויב עמעצער וועט זי באַפֿאַלן. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע וואָכן, זענען זיבן פֿרומע ייִדן אַטאַקירט געוואָרן אין קראַון־הײַטס.

די אַטאַקן זענען אַ טייל פֿון אַ כוואַליע אָנגריפֿן איבערן גאַנצן לאַנד, אין וועלכן שוואַרצע יונגע לײַט גייען צו צו ווײַסע פֿאַרבײַגייער און גיבן זיי אַ שטאַרקן זעץ — סתּם ווי אַ צײַט־פֿאַרטרײַב.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק האָט אַ גרופּע שוואַרצע אַטאַקירט אַ 72־יאָריקע רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע פֿרוי, האָט איבערגעגעבן די „דיילי ניוס‟.

אין די אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט זענען די געליטענע נישט געווען קיין ייִדן, אָבער אין ניו־יאָרק זענען אַלע נײַן ביז איצט געווען ייִדן, און דער אָפּטייל פֿון שׂינאה־פֿאַרברעכנס בײַ דער ניו־יאָרקער פּאָליציי פֿירט דורך אַן אויספֿאָרשונג.

דערווײַל האָט די שטאָט צוגעשטעלט מער פּאָליציאַנטן לעבן איסטערן־פּאַרקוויי און קינגסטאָן־עוועניו אין קראַון־הײַטס — אַ פֿאַרנומענע קאָמערציעלע גאַס מיט בעקערײַען, שפּײַזקראָמען און יודאַיִקאַ־געשעפֿטן. דאָ געפֿינט זיך אויך דער ייִדישער קינדער־מוזיי און די הויפּטקוואַרטיר פֿון חב״ד־ליובאַוויטש.

מײַקל הראל, דער ישׂראלדיקער פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאַפֿעטעריע „שאָקאָלאַד‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם מוזיי, וווינט שוין אין קראַון־הײַטס 13 יאָר, און זאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ סך שפּאַנונג צווישן די שוואַרצע און די ייִדן אין דער געגנט — צום טייל צוליב דעם קלאַסן־אונטערשייד. „עס פֿלעגן פֿאָרקומען אַ סך רײַבונגען צווישן די שוואַרצע און די ייִדן,‟ האָט הראל געזאָגט. „ס׳זעט מיר אויס, ווי ס׳וועט באַלד ווידער זײַן אַזוי.‟

רעווערענד אַל שאַרפּטאָן האָט עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט די אַטאַקן. „באַפֿאַלן אומשולדיקע מענטשן אויף דער גאַס איז נישט קיין ׳שפּיל׳,‟ האָט ער דערקלערט. „ס׳איז אוממענטשלעך און האָט נישט קיין אָרט אין אונדזער לאַנד אָדער אין דער גאַנצער וועלט.‟

ציווילע פּאַטרוליר־גרופּעס אַרבעטן איצט מיט מיט דער פּאָליציי צו באַגלייטן יוגנטלעכע, וואָס קומען אַהיים בײַ נאַכט, ווי אויך פֿרויען און אַנדערע גרינגע צילן, האָט איבערגעגעבן זקי תּמיר, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „קראַון הײַטס ייִדישן קהילה־ראָט‟. בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט תּמירס אָרגאַניזאַציע געמאָלדן אַ באַלוינונג פֿון 1,500$ פֿאַר צושטעלן אינפֿאָרמאַציע, וואָס דערפֿירט צום אַרעסט פֿון די פֿאַרברעכער.