די סאַלאַפֿיסטן אויפֿן מערבֿ־ברעג

The Salafis on the West Bank

Getty Images

פֿון עמיל קאַלין

Published December 03, 2013, issue of December 20, 2013.

יענע וואָך האָט צה”ל געהרגעט דרײַ טעראָריסטן אין דעם דאָרף יאַטאַ, אַ גרויס דאָרף, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן וועג צווישן חבֿרון און באר-שבֿע. יאַטאַ האָט געקראָגן אַ שם פֿון אַ דאָרף, וווּ עס הערשט אַ שטימונג פֿון עקסטרעמען איסלאַם. נישט ווייניק פֿון זײַנע אײַנוווינער האָבן זיך אָננגעשלאָסן אין די רייע פֿון דעם „כאַמאַס‟ און דעם „איסלאַמישן דזשיהאַד‟.

דער אינצידענט פֿון יענער וואָך שיידט זיך אונטער פֿון אַנדערע אַזעלכע אינצידענטן, וואָס קומען פֿאָר כּסדר אויף די שטחים דערמיט, וואָס די דרײַ טעראָריסטן האָבן געהערט צו אַ סאַלאַפֿיסטישער גרופּע. די גרופּע טראָגט זייער אַ לאַנגן נאָמען: „מאַדזשלעס שוראַ על מודזשאַהידין אַקנאַף באַית אַל-מאַקדאַס‟ — „דער באַראַטונג-קאָמיטעט פֿון די דזשיהאַד־קעמפֿערס אין דער ירושלימער געגנט‟.

יאָ, די סאַלאַפֿיסטן הייבן אויף די קעפּ אויכעט אויף דער טעריטאָריע פֿון דער פּאַלעסטינישער אינסטאַנץ, פּונקט ווי זיי הייבן אויף די קעפּ אין די אַנדערע אַרומיקע מדינות, ווי עגיפּטן, סיריע, איראַק און לבנון. דאָס הייסט, אַז די איצטיקע אַנטוויקלונג דאַרף נישט אַרויסרופֿן קיין שום חידוש.

אין דער מעלדונג וואָס די סאַלאַפֿיסטישע אָרגאַניזאַציע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, לאָזן זיי וויסן, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן זייערע מיליטערישע טעטיקייט אויפֿן מערבֿ־ברעג און, אַז די דרײַ „הייליקע‟ זענען דערשאָסן געוואָרן דורך די ייִדן, די כּופֿרים, וואָס האָבן געשעפּט זייער אינפֿאָרמאַציע בײַ די אַגענטן פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ.

עס שטייט געשריבן ווײַטער, אַז זיי „קעמפֿן נישט אויף אַ שטיקל ערד אָדער אין די גרענעצן וואָס דער קרייץ (די מערבֿ־וועלט) האָט געשטעלט און איבערגעלאָזט די הינט (ייִדן) ווי שומרים, נאָר כּדי צו דערהייבן אַללאַס וואָרט און דערנידעריקן די טיראַרען (די פּאַלעסטינישע אינסטאַנץ)‟.

פֿון דער מעלדונג קען מען פֿאַרשטיין, אַז די סאַלאַפֿיסטן קעמפֿן קעגן אַלץ און אַלעמען. צום מערסטן האָבן זיי פֿײַנט דעם „קרײץ‟, די מערבֿ־וועלט. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַר אַ דאָליע וואַרט אויף די קריסטלעכע אַראַבער אין די אויגן פֿון די סאַלאַפֿיסטן — טויט אָדער אַנטלויפֿן.

צווייטנס, האַסן זיי די ייִדן. דער אויסדרוק „הינט‟ קומט, געוויינטלעך, מיט די ווערטער „די קינדער פֿון מאַלפּעס און חזירים‟, און שפּיגלט ערלעך אָפּ זייער באַציִונג. מע קען אײַנזען, אַז די שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט צו די ייִדן ציט איר יניקה פֿון דער אוראַלטער שׂינאה צו קריסטן און „כּופֿרים‟, און באַגרענעצט זיך נישט מיט „ציוניסטן‟ אָדער ישׂראלים, אָדער קאָלאָניסטן. די ייִדן, לויט דער מעלדונג, האָבן געמאַכט יד-אַחת מיט די קריסטן קעגן דעם איסלאַם און דעריבער מוז מען זיי אויסראָטן.

מענטשן מיט אַ מוזיקאַלישן געהער קענען געוווירן ווערן, אַז די מוזיק וואָס מע הערט אין דער מערבֿ-וועלט, קלינגט זייער אַנדערש, ווי די מוזיק אין יאַטאַ: דאָ איז דער שורש נישט נאַציאָנאַל, נאָר רעליגיעז — די סאַלאַפֿיסטן רעדן נישט אין דעם נאָמען פֿון דעם „פּאַלעסטינער פֿאָלק‟, און זיי באַוויינען נישט זײַן אונטערדריקונג; זיי רעדן אין אַללאַס נאָמען, אין דעם נאָמען פֿון דעם „ריינעם‟ איסלאַם — די נאַציאָנאַלע דימענסיע פֿעלט אויס בײַ זיי אין גאַנצן.

דער דריטער ציל פֿאַר זייערע פֿײַלן איז די העסלעכע פּאַלעסטינישע אינסטאַנץ: די פּאַלעסטינער איסטאַנץ ווערט באַשולדיקט, ווײַל זי אַרבעט מיט מיט די „כּופֿרים, קריסטן און די ייִדן, קעגן איסלאַם‟. כּדי אונטערצושטרײַכן זייער מיינונג וועגן אַבו-מאַזענס סיסטעם, גיבן זיי צו: „זאָלט איר וויסן, אַז די סאַלאַפֿיסטן ברענגען מיט זיך מענטשן (לאו-דווקא פּאַלעסטינער!), וואָס האָבן ליב דעם טויט, ווי איר האָט ליב דאָס לעבן, און דאָס הערשן און רעגירן. זיי וועלן גערן שטאַרבן אין אַ וועג פֿון איבערגעבונג צו אַללאַ, ווי איר גיט נאָך אײַער באַגער צו געהאַלטן און גראַדן‟.

עס איז דערווײַל נישט קלאָר, וויפֿל טעטיקע מיטגלידער זענען אַקטיוו אין דער אָרגאַניזאַציע. עס איז אָבער באַוווּסט, אַז די באַוועגונג עקזיסטירט שוין אין עזה-פּאַס, וווּ זי האָט זיך שוין צוזאַמענגעשטויסט מיטן „כאַמאַס‟ און אין סיני האַלב-אידזל, פֿון וואַנען זי האָט אויסגעשאָסן שוין פֿיר ראַקעטן אויף אילת.

צי קענען אָט די סאַלאַפֿיסטן זײַן געפֿערלעך פֿאַר דער פּאַלעסטינער איסטאַנץ? זיכער. עס איז אומגלויבלעך, אַז אַבו-מאַזענס שלאַבעריקע כּנופֿיה וועט זיך געבן אַן עצה דאָרט, וווּ די עגיפּטישע אַרמיי, איראַק און סיריע זענען טיילווײַז אָדער אין גאַנצן דורכגעפֿאַלן.

עס דאַכט זיך, אַז עס פֿעלט נישט קיין סך — בלויז אַ קאַצנשפּרונג, כּדי דער מערבֿ־ברעג זאָל ווערן אַ מין סיריע אָדער איראַק. דער בירגער-קריג צעפֿלאַקערט זיך נישט צווישן די פּאַלעסטינער, נאָר און בלויז ווײַל „די הינט‟ (די ייִדן) דרייען זיך צווישן זייערע פֿיס.

זיכער געהערט נישט מדינת-ישׂראל צו די ל”ו צדיקים: זי איז פֿאַראינטערעסירט אין אָפּהיטן די שטילקייטן אויף די שטחים, ווײַל אין פֿאַל פֿון ערנסטע אומרוען, וועט דאָס פֿײַער „אויסלויפֿן‟ און בריִען אונדז אויכעט. די סאַלאַפֿיסטן, ווי אויך דער „כאַמאַס‟, שטעלן אויפֿן אויבנאָן דעם רעליגיעזן קוקווינקל, און אין קיין שום אופֿן נישט דעם נאַציאָנאַלן, ווי עס טוט עס די אינסטאַנץ וואָס איז אַ פֿאָסיל, אַ פֿאַרשטיינערטע בלײַבעכץ פֿון דעם אַראַבישן נאַציאָנאַליזם זכרונו-לבֿרכה, מישטיינס געזאָגט. דעריבער וועלן זיי פֿריִער אָדער שפּעטער פּרוּוון צעשאָקלען אַבו-מאַזענס טראָן.

זייער פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע סאַלאַפֿיסטישע גרופּעס פֿון איבער דער וועלט איז זעלבסטפֿאַרשטענדלעך; איז ווי, אייגנטלעך, מיינט אַמעריקע אויפֿצוהאַלטן אַבו-מאַזענען און זײַן קאָרופּטירטע אַדמיניסטראַציע? דורך געלט? דורך „בליִענדיקער עקאָנאָמיע‟?

די סאַלאַפֿיסטן רעכענען זיך נישט מיט אַמעריקע, נישט מיט אַבו-מאַזען, נישט מיט ישׂראל, נישט מיט די שלום-פֿאַרהאַנדלונגען, און נישט מיטן „פּאַלעסטינער פֿאָלק‟, וואָס איז, לויט זיי, אַ פֿיקציע, אַ פֿאַרזעעניש, אויסגעקנאָטן פֿון דער מערבֿ־וועלט.

ווי האָט אַמעריקע בדעה צו באַקעמפֿן אָט די עקסטרעמע, געפֿערלעכע גרופּעס? זיי דערטרינקען אין דאָלאַרן? שיקן אַמעריקאַנער זעלנער צו שטאַרבן אויף די שטיינערדיקע היילן פֿון יהודה און שומרון? עס זעט אויס, אַז קיינער גיט זיך נישט אָפּ קיין חשבון. מע וויל נאָר „פֿאַרשטאַרקן‟ אַבו-מאַזענען אויף חשבון פֿון ישׂראל, נישט געקוקט אויף אַלע מניעות און שטרויכלונגען; מע וויל אַ דעמאָקראַטישע פּאַלעסטינישע מדינה, וואָס לעבט בשלום בײַאַנאַנד מיט ישׂראל אויף איין שטיקל ערד. אויף ייִדיש זאָגט מען: „וואָס טויג מיר דאָס ווילן?‟