הדסה־שפּיטאָל — אויף צרות

Hadassah Hospital On Its Sickbed

Almog/Wikimedia Commons

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published December 04, 2013, issue of December 20, 2013.

וואַשינגטאָן. — במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט „הדסה‟, די ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, זיך געראַנגלט מיטן פֿאַרלוסט פֿון מיליאָנען דאָלאַרן, צוליב דעם בערנאַרד מיידאָף־סקאַנדאַל. איצט שטייט זי פֿאַר אַ נאָך גרעסערן נסיון: איר באַוווּסטער שפּיטאָל, דער „הדסה מעדיצינישער צענטער‟ אין ירושלים האַלט בײַ אַ פֿינאַנציעלן צוזאַמענבראָך.

הגם די אַמעריקאַנער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע באַמיט זיך צו ראַטעווען דעם שפּיטאָל, האָט זייער אַרבעט דערפֿירט צו אַ מחלוקת מיט זייערע ישׂראלדיקע קאָלעגעס. אַחוץ דעם, האָט די אַמעריקאַנער גרופּע נישט באַוויזן צו פֿאַרגרעסערן אירע פֿאָנדן פֿאַר די טעגלעכע אָפּעראַציעס פֿון שפּיטאָל, וואָס לײַדט איצט פֿון אַ דוחק פֿון 300 מיליאָן דאָלאַר.

די אָנגעזעענע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1912 דורך דער לעגענדאַרער ציוניסטקע הענריעטאַ סזאָלד, האָט געזאָלט פֿײַערן איר 100סטן יאָרגאַנג פֿאַראַיאָרן, בפֿרט אַז עס האָט זיך דעמאָלט געעפֿנט אַ שפּאָגל־נײַעם, הויך־טעכנאָלאָגישער טורעם אינעם שפּיטאָל, אין גאַנצן פֿינאַנצירט דורך אַ ריזיקער אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע.

די שפּאַנונג צווישן די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פֿירער פֿון „הדסה‟־שפּיטאָל איז געקומען צו אַ שפּיץ אין אָקטאָבער, ווען אַלע פֿיר ישׂראלדיקע מיטגלידער פֿון דער שפּיטאָל־פֿאַרוואַלטונג האָבן רעזיגנירט, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס מע האָט זיי אויסגעשלאָסן פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איבער דער צוקונפֿט פֿון די ישׂראלדיקע רעגירונג־פֿאָנדן פֿונעם שפּיטאָל. די אַמעריקאַנער פֿאָרשטייער פֿון „הדסה‟ באַטרעפֿן 51% פֿון דער שפּיטאָל־פֿאַרוואַלטונג און קאָנטראָלירן דערפֿאַר אַלע באַשלוסן.

דער דוחק פֿון מיליאָנען דאָלאַרן ווערט גרעסער פֿון איין חודש צום צווייטן, זאָגן די ישׂראלדיקע קוואַלן. די שפּיטאָל־אָנגעשטעלטע האָבן באַקומען בלויז אַ טייל פֿון זייערע שׂכירות אין נאָוועמבער. אַבֿיגדור קאַפּלאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם שפּיטאָל, האָט געוואָרנט, אַז טאָמער וועט מען תּיכּף נישט אַרײַנברענגען מער מזומן, וועט דער שפּיטאָל, וואָס רעפּרעזענטירט די העכסטע קוואַליטעט פֿון מעדיצינישער באַהאַנדלונג אין ישׂראל, באַנקראָטירן און מוזן אָפּשטעלן זײַן אַרבעט.

קריטיקער טענהן, אַז די פֿרויען־אָרגאַניזאַציע האָט נישט געדאַרפֿט אינוועסטירן 320 מיליאָן דאָלאַר אין דעם נײַעם שפּיטאָל־טורעם, וואָס דערוואַרט נאָך אַ צוגאָב פֿון 45 מיליאָן דאָלאַר, איידער ער וועט קענען פֿונקציאָנירן ווי געהעריק. מאַרסי נתן, די לאַנדישע פּרעזידענטין פֿון „הדסה‟, זאָגט אַליין, אַז „הדסה‟ האָט זיך אונטערגענומען דעם ריזיקן פּראָיעקט איידער עס האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿינאַנציעל־שווערע צײַטן. „צוריקקוקנדיק, האָבן מיר אפֿשר איבערגעכאַפּט די מאָס,‟ האָט נתן געזאָגט.