חנוכּה־געלט אונטערן ניטלבױם

Chanukah Gelt Under the Christmas Tree


פֿון משה אוטשיטעל

Published December 05, 2013, issue of December 20, 2013.

פֿון אַ בר־מינן — אַ לעבעדיקע קאָפּיקע!
אַן אױפֿשריפֿט אין חבֿרה־קדישא־ביוראָ

איך הײס מאָשיק מאָר, פֿאַרקירצט פֿון העברעיִשן “מורה”, אַ לערער, אױף רוסיש — אוטשיטעל. אַ מאָל האָט מען מיך גערופֿן מאַריק אוטשיטעל, כאָטש אינעם פּאַספּאָרט איז געשטאַנען — מױשע. איך דאַרף אײַך גלײַך זאָגן, אַז מיטן באַרימטן רוסישן רעזשיסאָר אַלעקסײ אוטשיטעל קערן מיר זיך ניט אָן, כאָטש זײַן פֿילם “אַ טאָגבוך פֿון זײַן פֿרױ” האָב איך געזען פֿיר אָדער פֿינף מאָל, װײַל ער האָט מיר דערמאָנט אין עטלעכע פּיקאַנטע מאָמענטן פֿון מײַן אײגענעם לעבן. אין אונטערשײד פֿון יענעם רוסישן רעזשיסאָר אוטשיטעל, בין איך טאַקע אַן אמתער “אוטשיטעל”, אַ לערער פֿון ענגליש, כאָטש איך װײס ניט, צי עס איז דאָ נאָך אױף דער װעלט אַ צװײטער מענטש, װעלכער װאָלט פֿײַנט געהאַט ענגליש אַזױ שטאַרק װי איך. אָבער, דאָס איז שױן גאָר אַן אַנדער מעשׂה און האָט ניט קײן שײַכות ניט צו חנוכּה־געלט און ניט צום ניטלבױם.

איך שטאַם פֿון אַ בעסאַראַבער שטעטל סאָראָקע, און מײַן זײדעניו, עליו־השלום, פֿלעגט דערצײלן, אַז מיר זײַנען אָנגעקומען קײן סאָראָקע צוזאַמען מיט די טערקן, מיט פֿינף הונדערט יאָר צוריק, און פֿון דור־דורות זײַנען מיר געװען מילנערס און מלמדים. עס װײַזט אױס, אַז אין אָנהײב נײַנצנטן יאָרהונדערט, װען די רוסן האָבן פֿאַרטריבן די טערקן און אָנגעהױבן צוטײלן פֿאַמיליע־נעמען די ייִדישע בירגערס, האָט עפּעס אַ קאַנצעלאַריע־שרײַבער אַ חכם איבערגעניצעװעט דעם ייִדישן “מלמד” אױף רוסיש — אוטשיטעל. נו, מילא, פֿאַרפֿאַלן… נאָר איך געדענק נאָך, אַז קינדװײַז, אין די פֿופֿציקער יאָרן, פֿלעגן מיר זיך שפּילן אין די רויִנען פֿון אונדזער װאַסערמיל בײַם נעסטער1.

די רוסן האָבן פֿאַרכאַפּט די רומענישע בעסאַראַביע אין 1940. מײַן זײדע, װי אַ גרױסן קאַפּיטאַליסט, צוזאַמען מיטן גאַנצן הױזגעזינדל האָט מען פֿאַרשיקט קײן סיביר האַקן װאַלד. צוריק קײן סאָראָקע האָבן זײ זיך אומגעקערט שוין נאָך דער מלחמה. די באָבע מײַנע, עליה־השלום, איז געבליבן ליגן אין סיביר, אַלע מײַנע פֿעטערס זײַנען אומגעקומען אױפֿן פֿראָנט, און דער זײדע האָט געקערט װעלטן, כּדי “אַשאָזן”1 מײַן טאַטן אױף אַ לײַטישער אַרבעט אין תּבֿואה־סקלאַד, און צװײטנס, צו געפֿינען זײַן זונעניו אַ פּאַסיקן שידוך. אָט אַזױ בין איך געבױרן געװאָרן, אױף אַ לײַטישן אופֿן.

איך דאַרף אײַך זאָגן, אַז קײן קינדהײט האָב איך ניט געהאַט, מע האָט מיך געמוטשעט פֿון אַלע זײַטן; בײַ פֿינף יאָר האָט מען מיר אַרײַנגעשטעקט אין די הענט אַ פֿידל, ברענען זאָל זי מיט פֿײַער, און דרײַ מאָל אַ טאָג האָב איך געדאַרפֿט רימפּלען גאַמעס און די “אוטיודן”, ביז כ’האָב די פֿידל ניט דערטרענקט אין נעסטער. נישקשה, האָט ניט מורא, מע האָט מיר געקױפֿט אַן אַקאָרדעאָן.

אין מיטן די זעכציקער יאָרן האָבן די קאָמוניסטן אָנגעהױבן די רדיפֿות אױף די “רײַכע ייִדן”. מײַן טאַטע האָט באַקומען אַכט יאָר לאַגערן פֿאַרן “צעראַבעװען דעם ‘פֿאַרקאַקטן’ סאָציאַליסטישן אײגנטום” — און װידער פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר. די מאַמע, אַ לעבן אױף איר, פֿלעגט אױסגעריסן װערן פֿון אױסהאַלטן די שטוב און דערצו נאָך אָפּשפּאָרן אַ פּאָר גראָשן, כּדי צו שיקן דעם טאַטן אַ ביסל “װאַלוטע” — טײ און סיגאַרעטן. און גאָט האָט געהאָלפֿן, און דעם טאַטן האָט מען איבערגעפֿירט פֿונעם פֿאַרמאַכטן לאַגער אין אַ “פֿרײַען צװאַנג־ייִשובֿ”, און די מאַמע איז גלײַך אָפּגעפֿאָרן קײן סיביר צום קראַנקן טאַטן. איך בין געבליבן אױף הפֿקר, דער זײדע איז געװען זײער קראַנק און קױם געדעכעט. כ’האָב שױן געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די שול, עס איז מיר געבליבן זיך לערנען נאָר אײן יאָר. פֿון אין דער פֿרי בין איך געלאָפֿן אין שול אַרײַן, נאָכן מיטאָג געאַרבעט װי אַן אַקאָרדעאָניסט אין אַ קינדער־גאָרטן.

אױף די קאַניקולעס בין איך געפֿאָרן צו די טאַטע־מאַמע קײן סיביר. און דער טאַטע האָט מיר געמאַכט אױסגעריסענע יאָרן, אַז איך דאַרף װערן אַ לערער פֿון ענגליש, כאָטש איך גופֿא האָב געװאָלט װערן אַ ביאָ־כעמיקער. “אָט, כ’האָב געפֿונען אונדזערע רײַכע קרובֿים אין אַמעריקע — האָט געטענהט דער טאַטע — מיר איז געבליבן זיצן דרײַ יאָר, און אַז כ’װעל זיך אָסלאָבאָדיען2 װעלן מיר אָפּפֿאָרן צו מײַן קוזינקע אין לאַס־װעגאַס. און דו, מײַן זונעניו, דו װעסט זײַן אונדזער ‘צונג’, אָן דיר װעלן מיר פֿאַרפֿאַלן װערן. פֿאָר קײן לענינגראַד און װער אַ לערער פֿון ענגליש”.

מילא, בין איך געװאָרן אַ לערער פֿון ענגליש און זיך אומגעקערט קײן בעסאַראַביע, נאָר ניט אין סאָראָקע צו די טאַטע־מאַמע, נאָר קײן בעלץ, צו מײַן מומע דבֿורה, אַן אַלמנה אָן קינדער. דעמאָלט, מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, בין איך געװען אַ הױכער שײנער בלאָנדער בחור מיט אַ פּאָר ראָמאַנטישע הימל בלױע אױגן. די שיקסעס האָבן זיך געטשעפּעט צו מיר, װי איך װאָלט געװען באַשמירט מיט האָניק. די מומע דבֿורה האָט געשריִען “געװאַלד” און ניט געלאָזט מיך לעבן, און נאָר געהאַלטן אין איין איבערדערצײלן די “שײנע מעשׂה” װעגן איר שכן יאָסקע, בײַ װעלכן אַ שיקסע זײַנע האָט אױסגעצאַפּט דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס זײַנס, און צום סוף איז זי אַנטלאָפֿן דער רוח װײסט װוּהין מיט אַ פֿרעמדן זשלאָב אַ הולטײַ, און יאָסעלען האָט זי איבערגעלאָזט מיט אַ פּיצל ממזרל אױף די הענט, — אָט דאָס װילסטו? אַ שיקסע מיט אַ ממזרל? װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אַ שיקסע מיט אַ ממזרל איז אַ װאָגיקער אַרגומענט, נאָר מיך האָט ער ניט אָפּגעשטעלט פֿון הולטײַעװען מיט די שיקסעס.

פֿון דער אַרבעט אין דער מיטלשול האָט מען מיך אַרױסגעװאָרפֿן נאָך אײדער מיר האָבן אײַנגעגעבן די פּאַפּירן אױף אַרױספֿאָרן קײן ישׂראל — “אַ ציוניסט אַ פֿאַררעטער טאָר ניט לערנען אונדזערע רײנע סאָװעטישע קינדער”. אַהײם, צו די טאַטע־מאַמע האָט זיך מיר ניט געװאָלט, האָב איך אָנגעהױבן זוכן אַ שטיקל פּרנסה, װײַל אױף אַן אַרױספֿאָר־װיזע האָט מען געדאַרפֿט דעמאָלט װאַרטן כּמעט אַ יאָר צײַט. קײן שום אַרבעט פֿאַר אַ “פֿאַררעטער” איז אין ערעגץ ניט געװען. עס זײַנען געבליבן נאָר צװײ “שװאַרצע” אָפּציעס — אָדער שפּילן אױף די גױיִשע לװיות און מאַכן “אַ לעבעדיקע קאָפּיקע אױף די זשמוריקעס3”, אָדער גוט “אונטערשמירן” און אַרבעטן אין עפּעס אַ רעסטאָראַן־אָרקעסטער. און איך האָב זיך אונטערגענומען אױף אַ סעזאָן צו שפּילן און זינגען אין אַ “קרימינעלן” רעסטאָראַן.

יענעם יאָר איז זאת־חנוכּה צונױפֿגעפֿאַלן מיטן קריסטלעכן ניטל. דער רעסטאָראַן איז געװען פֿולגעפּאַקט און מיר האָבן געדאַרפֿט שפּילן פֿאַרן פֿרײלעכן עולם ביז צװײ אַ זײגער בײַ נאַכט. דעם גאַנצן אָװנט האָב איך געפֿילט אױף זיך אַ שאַרפֿן בליק פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטער, זײער אַ שײנער מױד, װעלכע האָט מיט קײנעם ניט געטאַנצט, נאָר געזעסן בײַם טיש און געקוקט אױף מיר. בעתן לעצטן איבעררײַס האָב איך גענומען בײַ מײַן חבֿר דעם שליסל פֿון זײַן דירה און אָנגעהױבן צוטראַכטן אַ פּלאַן, װי אַזױ טרעט מען צו צו אָט דער בילד־שײנער פֿרױ, װעלכע קוקט אױף מיר װי אַ באַצױבערטע.

די חגא האָט זיך פֿאַרענדיקט, און כ’בין געלאָפֿן זוכן “מײַן דאַמע”, נאָר זי איז אין ערגעץ ניט געװען, פּשוט װי נעלם געװאָרן. אַן אַנטױשטער, בין איך געגאַנגען נעכטיקן אין מײַן חבֿרס דירה. גײ איך צו צו זײַן הױז, הײב אָן צו עפֿענען די אַרײַנגאַנג־טיר און דאָ, פּלוצעם, דערפֿיל איך, אַז עמעצער נעמט מיך אונטער דער האַנט. איך קער זיך אום — אָװאַ! “מײַן דאַמע”! „מאַריק, אָט בין איך דאָ…‟

מיר זײַנען אַרױפֿגעפֿלױגן אױפֿן דריטן שטאָק; נאָך אײדער כ’האָב באַװיזן צו פֿאַרשליסן די טיר פֿון אינעװײניק, האָט זי אָנגעהױבן אַראָפּרײַסן די קלײדער, פֿון מיר און פֿון זיך.

… אַז איך בין געקומען צו זיך, האָב איך זיך געפֿונען ליגן אױפֿן טעפּיך, הױל נאַקעט, לעבן דעם באַפּוצטן ניטלבױם. מײַן דאַמע איז לעבן מיר ניט געװען, נאָר אונטער דער יאָדלע איז געלעגן אַ זילבערנער טאַץ און אױף אים — אַ גרױסער באַפּוצטער קאָנװערט און אַ צעטל: “מאַריק, דו האָסט מיר געשאָנקען אַ פּרעכטיקן אָװנט און אַ געטלעכע נאַכט. אינעם גרױסן קאָנװערט װעסטו געפֿינען די אַרױספֿאָר־װיזעס פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע עלטערן. כ’װעל בענקען נאָך דיר יעדע נאַכט. אָבער, נישקשה, דאָס איז דאָך בעסער װי נאָך דיר זאָל בענקען מײַן טאַטע. איך קוש דיך אין דײַנע בלױע אױגן. אגבֿ, דו זאָלסט זיך ניט ברעכן דעם קאָפּ… מײַן מאַמע אַרבעט אין דער װיזעס־אָפּטײלונג פֿונעם אינערן־מיניסטעריום. און דער טאַטע איז דער נאַטשאַלניק פֿון דער בעלצער טורמע…”

1) אַשאָזן (אַ לאָקאַליזם) — אײַנאָרדענען
2) אָסלאָבאָדיען — באַפֿרײַען
3) זשמור, זשמוריק — אַ טױטער