די „שטערן‟ פֿון מגן־דוד

Stars of David

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „שטערן פֿון מגן־דודס‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „שטערן פֿון מגן־דודס‟

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 05, 2013, issue of December 20, 2013.

דעם אמת געזאָגט, האָב איך מיט אַ פּאָר חדשים צוריק געשריבן וועגן דער מחברטע פֿון בוך „שטערן פֿון מגן־דודס‟ אַבֿיגיל פּאָגרעבין, ווען איך האָב זי געזען אויף דער גאָר וויכטיקער ייִדישער טעלעוויזיע־סטאַנציע „שלום‟, וווּ זי האָט גערעדט וועגן איר בוך מיטן זעלבן טיטל. זי האָט דעמאָלט דערציילט, אַז זי איז אַרומגעפֿאָרן פֿון האָליוווּד, קאַליפֿאָרניע ביז ניו־יאָרק, זוכנדיק באַרימטע שטערן פֿון דער בינע, קינאָ־פֿילמען און טעלעוויזיע, מיטן ציל דווקא אויסצוגעפֿינען, ווער פֿון זיי איז אַ גאַנצער ייִד, ווער אַ האַלבער, און אין וואָס באַשטייט זייער ייִדישקייט. אַליין איז אַבֿיגיל פּאָגרעבין אַ גראַדואַנטקע פֿון יעיל-אוניווערסיטעט, פֿאַרפֿאַסט אַ סעריע ביכער, וואָס האָבן צו טאָן מיט איר פּערזענלעכן בליק סײַ אויף זיך און סײַ אויף דער וועלט. אירע אַרטיקלען זײַנען דערשינען אין אַ צאָל אָנגעזעענע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט אַ שמועס מיט איר אינעם Forward.

צענדליקער באַרימטע נעמען זײַנען אויפֿגעשוווּמען אין פּאָגרעבינס בוך, אַקטיאָרן וואָס זי האָט זיך אַפֿילו נישט געריכט, אַז זיי זײַנען ייִדן, פּראָדוצירער, מעצענאַטן, טעלעוויזיע־שטערן, מוזיקער, זינגער, קאָמעדיאַנטן — מיט איין וואָרט, צווישן זיי גאָר ריזיקע טאַלאַנטן, וועלכע האָבן זיך דאָראָבעט צו גרויס אָנערקענונג.

אָט די טעמע האָט די מחברטע אינטריגירט, ס’טײַטש! גיי ווייס, אַז האַלב האָליוווּד, בראָדוויי און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען ליגן אין ייִדישע הענט. זי האָט געוואָלט וויסן, וואָס פֿאַר אַ ייִדן זיי זײַנען, צי זיי גייען אַמאָל אין שיל אום שבת אָדער יום־טובֿ, צי זיי האַלטן אַ כּשרע קיך, צי זיי דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדן…

און אַזוי ווי אַלע אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען ממש פֿאַרליבט און פֿאַרליאַפּעט אין באַרימטע האַליוווּדער און בראָדוויי־שטערן, האָט מען פֿון פּאָגרעבינס בוך צונויפֿגעשטוקעוועט אַ מוזיקאַלישע רעווי, מיט פּרעכטיקע לידער, טענץ און, דער עיקר, אַן עקראַן וואָס האָט אײַך באַוויזן אַ יעדן אַקטיאָר, אַקטריסע, מוזיקאַלישן קאָמפּאָזיטאָר, קאָמעדיאַנט און אויך ייִדן אויף הויכע פּאָזיציעס אין אַמעריקע, און וווּ נאָר אַ ייִדישער נאָמען אין „שאָו־ביזנעס‟. איך וויל דאָ בלויז דערמאָנען אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע נעמען ווי די ריכטערין רות ביידער גינזבורג (פֿון העכסטן אַמעריקאַנער געריכט), טאָני קושנער, (דראַמאַטורג), מײַק וואַלאַס („60 מיניטס‟), לענאַרד (לייבל) נימוי (סטאַר־טרעק), נאָרמאַן ליר (טעלעוויזיע־שרײַבער, פּראָדוצירער פֿון „אָל אין די פֿעמילי‟, פֿאַרגעסט נישט אַרטשי באַנקער), גלאָריאַ סטײַנעם (שרײַבערין, פֿעמיניסטקע און אַקטיוויסטקע), דזשאָון ריווערס (קאָמעדיאַנטקע) און אַ שלל אַנדערע.

צווישן די קאָמפּאָזיטאָרן געפֿינען זיך אַזעלכע קאַרפּן־קעפּ, ווי מאַרווין האַמליש („אַ קאָרוס לײַן‟), שעלדאָן האַרניק („פֿידלער אויפֿן דאַך‟) און פֿופֿציק מוזיקאָלאָגן פֿון גרעסטן סטאַזש.

און איצט לאָמיר צוגיין צו דעם „מוזיקל‟. שטעלט אײַך פֿאָר, וואָס מ’קען אַלץ אויפֿטאָן, ווען מ’פֿאַרמאָגט גרויס טאַלאַנט. עס באַטייליקן זיך אינעם „מוזיקל‟ נישט מער ווי פֿיר זינגער און טענצער; צווישן זיי, צוויי מענער און צוויי פֿרויען: דזשאַנעט מעץ, אַלען שמוקלער, אַהרן סאָראָצקי און דאָנאַ וויווינאָ. זייערע שטימען און טענץ, באַוועגונג און דיקציע איז געווען נישט אָפּצושאַצן. די רעזשי פֿון גאָרדאָן גרינבערג, גליטשט זיך ממש פֿאַרבײַ ווי אויף פֿליגל, מ’באַמערקט קוים אַזאַ לײַכטע האַנט האָט עס רעזשיסירט. די דעקאָראַציעס באַשטייען פֿון פֿיר ווײַסע בענקלעך און דאָס אַלץ.

איז אַזוי, אַלץ וואָס מ’באַדאַרפֿט, איז ווי מען רופֿט בײַ אונדז, אַ גוטן „סקריפּט‟, דאָס איז אַ מוז־זאַך. צי דאָס איז אַ רעווי, צי אַ „מוזיקל‟, אַן ערנסטע דראַמע צי אַ לײַכטע לאַכערײַקע — אַלץ איינס, עס מוז אַרויסקומען פֿון פֿעיִקע הענט, שוין אָפּגגערעדט, פֿון אַ ריזיקער מוזע. דער עולם קען זיך אויס אויף בינע-קונסט, מ’קען זיי נישט אָפּנאַרן.

וואָס דאָס באַווײַזט אונדז, אַז מיר דאַרפֿן וויסן מיט וועמען צו גיין צום טיש. נישט קיין גרינגע עובֿדה. אָבער פֿאָרט, איך קען פּערזענלעך אַ גרופּע פֿעיִקע, אינטעליגענטע, באַגאַבטע ייִדישע אַקטיאָרן און מוזיקער, וואָס זייער ייִדיש פֿליסט פֿראַנק און פֿרײַ. מיר נייטיקן זיך, ערשטנס, צו אַ צוטריטלעכער בינע; מיר נייטיקן זיך אין גלייבן, אַז די ייִדישע קונסט הויכט נישט אויס די נשמה, נאַר וואַרט אויף אַן אויסלייזונג.

ביז דעמאָלט מוז איך זיך אָפּגעבן מיט ענגלישער טעאַטער־קונסט, וואָס דעקט פֿון צײַט צו צײַט ייִדישע טעמעס, צומאָל אַפֿילו געלונגענע. מיר האָבן שוין הײַנט צו טאָן מיטן ייִנגערן דור דראַמאַטורגן און טעאַטראַלן, וואָס האָבן זיך נישט געכאָוועט אין ייִדישע פּרדסים און שפּײַכלער, דעריבער פֿעלט זיי נישט נאָר די ייִדישע חכמה, נאָר אויך דער ייִדישער מאָמענט, די ייִדישע נשמה און גײַסט; איך וואָלט אפֿילו געזאָגט, אַז אויף ענגליש איז די ייִדישע טעמע געגליכן צו אַ שטיף־מאַמע.

די פֿאָרשטעלונג: „שטערן פֿון מגן־דודס‟:
DR2 Theater103 East 15th Street, Union Square
212-239-6200
www.StarsOfDavidSongs.com