„קבלה־צענטער‟ אָנגעקלאָגט

Kabbalah Center Sued for Fraud

יהודה, קאַרען און מײַקל בערג פֿירן אָן מיטן דאַווענען ראש־השנה 2013
Kabbalah.com
יהודה, קאַרען און מײַקל בערג פֿירן אָן מיטן דאַווענען ראש־השנה 2013

פֿון ייִט״אַ

Published December 06, 2013, issue of January 03, 2014.

לאָס־אַנדזשעלעס. — דער „קבלה־צענטער‟, וואָס זײַן הויפּטקוואַטיר געפֿינט זיך אין לאָס־אַנדזשעלעס, איז געלאָדן געוואָרן אויף איבער 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר האָבן באַגאַנגען שווינדל און אַ קרום־באַניץ פֿון פֿאָנדן, אין צוויי באַזונדערע אָנקלאָגן דורכגעפֿירט דורך עטלעכע געוועזענע אָנהענגער.

ביידע אָנקלאָגן זענען אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אינעם העכסטן געריכט פֿון לאָס־אַנדזשעלעס דעם 27סטן נאָוועמבער. אין ביידע פֿאַלן טענהן זיי, אַז דער צענטער האָט געדריקט אויף די מיטגלידער צו „געבן געלט כּסדר, ביז עס טוט ממש וויי‟, כּדי זוכה זײַן צו דער „שכינה‟ פֿון זײַנע פֿירער, קאַרען בערג און אירע דערוואַקסענע זין, יהודה און מײַקל.

קאַראָלין כּהן, אַ גרונט־סוחרטע אין סאַן־דיעגאָ, האָט געזאָגט, אַז זי און איינע פֿון אירע פֿירמעס האָט אָנגעוווירן אַרום $810,000 דורך זייערע בײַשטײַערס צו דער אָרגאַניזאַציע. זי זאָגט, אַז דאָס „זאַמלען פֿאָנדן איז נאָר כּדי זיך צו באַרײַכערן‟.

די אַנדערע תּובֿעים — צוויי געשעפֿטסלײַט אין סאַן־דיעגאָ, ראַנדי און טשאַרלס וואַקס — האָבן פֿאַרלוירן $326,000.

אין ביידע פֿאַלן, טענהן די תּובֿעים, אַז מע האָט זיי צוגעזאָגט, אַז די נדבֿות זענען לטובֿת אַ נײַעם בנין פֿונעם „קבלה־צענטער‟ אין סאַן־דיעגאָ און אַ צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר קינדער.

דער נײַער צענטער איז אָבער קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, און די צדקה־אָרגאַניזאַציע האָט פּלוצלינג אויפֿגעהערט צו פֿונקציאָנירן.

די משפּחה בערג און איר אַדוואָקאַט האָבן נישט געענטפֿערט, ווען מע האָט זיך געפּרוּווט פֿאַרבינדן מיט זיי, האָט איבערגעגעבן די „לאָס־אַנדזשעלעס טײַמס‟.

דער פֿאַרשטאָרבענער ראַבינער פֿיליפּ בערג האָט געגרינדעט דעם ערשטן „קבלה־צענטער‟ אין ירושלים, און דעם ערשטן אַמעריקאַנער צווײַג אין ניו־יאָרק אין 1965. זינט 1984, איז דער לאָס־אַנדזשעלעסער צווײַג געוואָרן די הויפּטקוואַרטיר פֿון די 50 צווײַגן, וואָס אָפּערירן איבער דער וועלט.

במשך פֿון עטלעכע יאָר זענען פֿאָרגעקומען אַ צאָל אָנקלאָגן — סײַ קעגן דעם צענטער, סײַ פֿונעם צענטער אַליין קעגן אַנדערע, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד. אין 2010 האָט דער אַמעריקאַנער פֿינאַנץ־אַמט (IRS) אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג אין שײַכות מיט דער באַשולדיקונג, אַז דער „קבלה צענטער‟ דרייט זיך אַרויס פֿון צאָלן שטײַערן, אָבער די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונג זענען נאָך נישט גרייט.

די מער טראַדיציאָנעלע רבנישע אינסטאַנצן האָבן נישט איין מאָל פֿאַרדאַמט די לערע און מעטאָדיק פֿונעם „קבלה־צענטער‟, ווי אַ פֿאַרקרימונג פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון ייִדישן מיסטיציזם, וואָס געפֿינט זיך אין דער קבלה. די משפּחה בערג האָט אָבער סײַ ווי באַוויזן צוצוציִען אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט די האָליוווּד־שטערנס, ווי מאַדאָנאַ, בריטני ספּירס, דעמי מור און אַשטאָן קוטשער.