„גיא חזיון‟ און „מאַמע־ייִדיש‟

Mother Yiddish and Italian Kabbalah

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 06, 2013, issue of January 03, 2014.

די הילע פֿון „גיא חזיון‟, איבערגעדרוקט דורך דער פֿירמע „לולו‟
די הילע פֿון „גיא חזיון‟, איבערגעדרוקט דורך דער פֿירמע „לולו‟

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן צו קויפֿן דעם ספֿר „גיא חזיון‟ פֿונעם איטאַליענישן מקובל הרבֿ אַבֿרהם יגל. דער דאָזיקער גאָר אָריגינעלער ספֿר, אַ יקר־המציאות, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורכן „מרכּז זלמן שזר‟ אינעם יאָר 1997, מיט אַ לאַנגער הקדמה און אַ פּירוש פֿון פּראָפֿ׳ דוד רודערמאַן, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער קבלה־פֿאָרשער און היסטאָריקער פֿונעם פּענסילוועניע־אוניווערסיטעט.

די איינציקע אַמעריקאַנער וועבזײַט, וווּ מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם ספֿר, איז געווען דער פֿאַרלאַג „Lulu.com‟, וווּ ס׳איז געשטאַנען געשריבן, אַז „גיא חזיון‟ איז טאַקע פּובליקירט געוואָרן דורכן „מרכּז זלמן שזר‟, אָבער דעם 29סטן אָקטאָבער, 2013. איך האָב זיך משער געווען, אַז די וועבזײַט האָט געמאַכט אַ טעות און באַשטעלט דעם ספֿר, וווּ עס ווערט אָנגעגעבן דאָס יאָר 1997. באַלד האָב איך אָבער באַמערקט, אַז די אותיות זענען צעשווענקט און אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע געפֿינט זיך אַ מאָדנער פֿיר־עק פֿון שוואַרצע ליניעס. אַ פֿאָטאָ־קאָפּיע!

דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס די פֿירמע „לולו‟ דרוקט כּסדר איבער פֿאַרשיידענע ביכער, בהסכּם מיט די אָריגינעלע פֿאַרלעגער, אַרײַנגערעכנט אַ פּאָר טוץ אויסגאַבעס פֿונעם „מרכּז זלמן שזר‟. עס וואָלט אָבער געווען אָרנטלעכער צו דערקלערן דײַטלעך אויף דער וועבזײַט, אַז די ביכער זענען איבערגעדרוקט. די קוואַליטעט פֿון פֿאָטאָ־קאָפּיעס איז דאָך נישט די זעלבע, ווי דער אָריגינאַל.

מילא. בלויז צוויי כּתבֿ־ידן פֿון „גיא חזיון‟ זענען אָפּגעהיט געוואָרן: דער ערשטער — ס׳זעט אויס, פֿונעם מחבר אַליין — געפֿינט זיך אינעם אַמעריקאַנער „העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש‟; דער צווייטער — אין דער בריטישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. אינעם יאָר 1880 איז אין אַלעקסאַנדריע, עגיפּטן, אָפּגעדרוקט געוואָרן דער ערשטער חלק פֿונעם ספֿר. די הײַנטצײַטיקע אויסגאַבע פֿון „גיא חזיון‟ נעמט אין באַטראַכט אַלע דרײַ אָפּגעהיטע קוואַלן.

הרבֿ אַבֿרהם בן חנניה יגל (1553—1624) איז געווען אַ דאָקטער, אַ פֿילאָסאָף און אַ מקובל — אַן עכטער כּל־בוניק פֿונעם איטאַליענישן רענעסאַנס. אין דער ייִדישער וועלט איז צום מערסטן באַקאַנט זײַן מוסר־ספֿר „לקח טובֿ‟; דער באַרימטער מקובל ישעיה האָראָוויץ (דער של״ה) ציטירט עס אין זײַן ווערק „שני לוחות הברית‟; דער אַמסטערדאַמער ייִד יעקבֿ טרעוועס האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש. דעם קליינעם קונטרס „אשת־חיל‟ האָט יגל געווידמעט דער שוועסטער פֿון זײַן ידיד, דער באַרימטער מקובל מנחם־עזריה (רמ״ע) מפּאַנו.

יגלס ערשטער ספֿר, „גיא חזיון‟ — „דער טאָל פֿון וויזיעס‟, איז די סאַמע אינטערעסאַנטסטע צווישן זײַנע ווערק. זײַענדיק אַ יונגערמאַן, האָט ער פֿאַרלוירן דעם טאַטן און אַוועקגעפֿאָרן אין דער שטאָט לוצאַרע, וווּ מע האָט אים אײַנגעזעצט אין דער שטאָטישער טורמע נאָך אַ ירושה־סיכסוך. זיצנדיק דאָרטן, האָט ער אָנגעשריבן אַן אוניקאַלן מיסטישן טעקטס, וווּ אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן ווערן אויסגעמישט מיט דערציילונגען וועגן הימלישע וויזיעס, קבלה, פֿילאָסאָפֿיע, מוסר־געדאַנקען און וויסנשאַפֿט.

„גיא חזיון‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דיאַלאָג מיט זײַן טאַטן. במשך פֿון צוויי נעכט, ווי יגל דערציילט אין זײַן ספֿר, האָט ער אײַנגעדרימלט און מיטגעפֿלויגן מיט זײַן טאַטנס נשמה אין די הימלישע וועלטן. די נסיעה, בפֿרט די ראָמאַנטיש־מיסטישע „צווייטע נאַכט‟, קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט רבי נחמן בראַצלעווערס „סיפּורי־מעשׂיות‟. אין פֿאַרגלײַך מיט רבי נחמנס מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿאָלקישן גײַסט, האָבן יגלס חזיונות אָבער אַ בפֿירוש מערבֿדיקן רענעסאַנס־טעם.

אויפֿן וועג, דערציילט יגל דעם טאַטן וועגן זײַנע צרות מיט די שׂונאים, וועלכע האָבן בײַ אים צוגעגנבֿעט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן. יגל האָט אַמאָל פֿאַרבעטן אַ נישט־ייִדישן פֿרײַנד אויף אַ סעודה; די קריסטלעכע מאַכט האָט אָבער פֿאַרווערט די קריסטן צו עסן צוזאַמען מיט ייִדן. די זעלבע ייִדישע משפּחה אַלמאַדזשיאַטי, וועלכע האָט אים באַשווינדלט, האָט אים דערצו געמסרט; אַזוי איז ער אַרײַן אין תּפֿיסה.

אַ מלאך און אַ מלאכטע אינעם אַלכעמישן סימבאָליזם
אַ מלאך און אַ מלאכטע אינעם אַלכעמישן סימבאָליזם

בעת זײַן הימלישער נסיעה מיטן טאַטן, האָט ער דערהערט פֿון אַנדערע נשמות פֿאַרשיידענע טראַגישע מעשׂיות. אַ יונגע פֿרוי, וועלכע האָט פֿאַרלוירן איר פֿאַרמעגן, איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין שקלאַפֿערײַ. ווען איר מאַן איז געווויר געוואָרן וועגן דעם, האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. די פֿרוי האָט מסכּים געווען צו שלאָפֿן מיט איר בעל־הבית; ווען זי איז באַפֿרײַט געוואָרן, האָט זי געפֿאָלגט איר מאַנס מוסטער. במשך פֿון דער נסיעה, פֿאַרשטייט אָבער דער מחבר, אַז די וועלט איז נישט אַזוי פֿינצטער און בייז, ווי ער האָט געמיינט.

בײַם סוף פֿון דער ערשטער נאַכט, האָט יגל דערזען אַ פּראָצעסיע פֿון מלאכים. די צווייטע נאַכט האָט ער פֿאַרבראַכט, שפּאַצירנדיק צוזאַמען מיט זײַן טאַטן אין אַ קאָמפּאַניע פֿון דרײַ מלאכטעס. איינע פֿון זיי האָט אויסגעזען, אין דער זעלבער צײַט, אוממענטשלעך אַלט און הימליש שיין. „יעדער, וואָס קוקט אַרײַן אין איר פּנים, וועט אַרײַנפֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿון ליבע‟. אין יגלס וויזיע, האָט זי צומאָל אויסגעזען ווי אַ ליליפּוטין, און צומאָל גרעסער ווי די אָרביטע פֿון דער זון. אירע בגדים זענען געווען צעריסן פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן, ווײַל בייזע מענטשן האָבן געוואָלט „ליגן מיט איר בגוואַלד שלא־כּדרכּה‟. דער טאַטע האָט שפּעטער דערקלערט, אַז די דאָזיקע פֿרוי איז די שׂרית — האַרין — פֿון פֿילאָסאָפֿיע; געוויסע מענטשן איזדיעקעווען זיך איבער איר, פֿאַרקריפּלענדיק די פֿילאָסאָפֿישע חכמה לויט זייערע בייזע תּאוות.

די צווייטע מלאכטע איז געווען באַקליידט אין הימל־בלויע אויסגעשטערנטע מלבושים. אין איר רעכטער האַנט האָט זי געטראָגן אַ לייטערל מיט זיבן טרעפּ, באַצירט מיט אותיות און בלומען; אין דער לינקער — אַ זיך־דרייענדיקן באַלעם, וואָס פֿון זײַן צענטער זענען זיך צעפֿלויגן אויף אַלע זײַטן דינע שטראַלן. די, וואָס זענען באַקאַנט מיט די אַלכעמישע סימבאָלן, קאָנען שוין טרעפֿן, אַז דאָס איז געווען די מלאכטע פֿון אַסטראָנאָמיע און אַנדערע נאַטור־חכמות.

די דריטע מלאכטע, גרויס ווי דער הימל און אָנגעטאָן אין ווײַסע שײַנענדיקע בדגים, העל ווי די זון, באַפּוצט מיט אַ גאָלדענער קרוין און אַלע טײַערע שטיינער אין דער וועלט, איז געווען די תּורה אַליין. אין דער רעכטער האַנט האָט זי געטראָגן אַ שײַנענדיקן שרביט־הזהבֿ, פֿון וועלכן עס זענען געוואַקסן וווּנדערלעכע בלומען; אין דער לינקער — אַ כּוס מיט אַ „גאָלדענער משקה‟ און אַ האָרן מיט רויזן, אתרוגים, מילגרוימען און אַנדערע פּירות. וויפֿל מע זאָל נישט טרינקען די „זהובֿים‟ און עסן די פּירות, בלײַבט דער כּוס און דער האָרן תּמיד פֿול.

ס׳איז קלאָר, אַז יגלס חזיון האָט אַ שײַכות צום באַקאַנטן אייראָפּעיִשן מאָטיוו פֿונעם „הייליקן גראַאַל‟ (Grail). ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ טייל פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז די דאָזיקע לעגענדע איז פֿאַרבונדן מיט ייִדן. דער מיטל־עלטערלעכער דײַטשישער פּאָעט וואָלפֿראַם פֿאָן עשענבאַך דערקלערט אין זײַן באַרימטער פּאָעמע „פּאַרציפֿאַל‟, אַז די ידיעה וועגן דעם „גראַאַל‟ קומט פֿונעם מיסטעריעזן שפּאַניש־אַראַבישן חכם פֿלעגעטאַניס — אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע און אַ מוסולמענישן טאַטן.

כּדי צו פֿאַרשטיין די תּורה, מוז מען קודם באַהערשן לשון־קודש. דאָ קומט צו הילף אַן אַנדער מלאכטע, „די מאַמע פֿון אַלע שפּראַכן‟ — אַ בתולה מיט אָפֿענע האָר, שיין ווי די לבֿנה („יפֿה כּלבֿנה‟), אָבער אָנגעטאָן אין שוואַרצע קויטיקע קליידער. פֿון אירע וווּנדער־שיינע בריסט גיסן זיך אַרויס צוויי גאַנצע טײַכן, פֿון וועלכע עס טרינקען קליינע קינדער — די מלאכטעס פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן — און עס וואַקסן כּלערליי דופֿטיקע בלומען און געשמאַקע פֿרוכטן.

די שוואַרצע קליידער פֿון דער „לינגוויסטישער מלאכטע‟ זענען שמוציק, ווײַל ווײַט נישט אַלע לשונות אין דער וועלט זענען אַזוי ריין און קלאָר, ווי לשון־קודש אָדער דאָס מאַמע־לשון פֿונעם מחבר — איטאַליעניש. צום בײַשפּיל, דערקלערט די „מאַמע פֿון אַלע שפּראַכן‟, איז לשון־אַשכּנז דערווײַל נאָך זייער יונג. ערשט נישט לאַנג פֿאַר יגלס צײַט האָבן די אַשכּנזים אָנגעהויבן סטאַנדאַרטיזירן מער־ווייניקער די שפּראַך און שאַפֿן אַן ערנסטע ליטעראַטור; ביז דעמאָלט איז עס געווען אַ הפֿקרדיקער מישמאַש „בלי שום סדר‟. פֿונעם קאָנטעקסט איז קלאָר, אַז יגל מיינט סײַ דעם קריסטלעכן הויך־דײַטש, סײַ דעם ייִדישן עבֿרי־טײַטש.

מסתּמא, איז די מלאכטע געווען זייער צופֿרידן מיט איר קליינער טאָכטער, ווען אליהו בחור, וועלכער האָט געלעבט אין ווענעדיק מיט הונדערט יאָר פֿאַר אַבֿרהם יגל, האָט אָנגעשריבן זײַן פּאָעזיע אויף ייִדיש. ס׳איז אָבער אויך קלאָר, פֿאַרוואָס אַזאַ ספֿר, ווי „גיא חזיון‟, קאָן מען נישט געפֿינען אין די פֿרומע ספֿרים־קראָמען. דער קאָמאַרנער רבי האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך פֿון חזיונות, „מגילת־סתּרים‟, ווי ער האָט דערזען אין אַ חלום די הייליקע שכינה אין אַ צורה פֿון אַ הימלישער פֿרוי. די חסידישע פֿאַרלעגער האָבן אָבער צענזורירט דעם כּתבֿ־יד און איבערגעלאָזט בלויז אַ פּאָר שורות פֿון דער דאָזיקער דערציילונג. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער זעלבער סיבה האָבן די ספֿרדישע פֿאַרלעגער פּובליקירט אינעם יאָר 1880 בלויז דעם ערשטן חלק פֿון „גיא חזיון‟ און אינגאַנצן אָפּגעלאָזט די „מלאכטעס‟.

אַחוץ אַזעלכע וויזיעס, איז „גיא חזיון‟ פֿול מיט פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, וועלכע קאָנען אַרויסרופֿן אַ חשד בײַ אַ הײַנטיקן דורכשניטלעכן פֿרומען ייִד. למשל, דערקלערט איינע פֿון די מלאכטעס, ווי אַזוי פֿאָרטונע — די רוימישע געטין פֿון מזל — שטימט מיט קבלה; די רוימער האָבן פֿאַרוואַנדלט אַן אמתן גײַסטיקן כּוח אין אַן עבֿודה־זרה. הגם די תּורה איז די חשובֿסטע צווישן די דערמאָנטע הימלישע פֿיגורן, זענען די גריכישע פֿילאָסאָפֿיע און רוימיש־איטאַליענישע נאַטור־וויסנשאַפֿט אירע שוועסטער.

אַזוי צי אַזוי, עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די „מאַמע־ייִדיש‟, ווי עס האָט אָנגערופֿן דער פּאָעט לייב פֿײַנבערג זײַן פּאָעטישן ציקל פֿון לידער לכּבֿוד ייִדיש, פֿרייט זיך אינעם הימל מיט אונדזערע אַרטיקלען און ליטעראַרישע שאַפֿונגען.