סעקס־טעראַפּעווט פֿאַר די פֿרומע

Sex Therapist for the Orthodox

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published December 11, 2013, issue of January 03, 2014.

מאַקס גרונבערג
מאַקס גרונבערג

ווען אַ פֿרום פּאָרפֿאָלק ווענדט זיך צו מאַקס גרונבערג, אַ זיווג־טעראַפּעווט אין רננה, ישׂראל, וועגן פּראָבלעמען, פֿאַרבונדן מיט זייער סעקסועלן צוזאַמענלעבן, פֿרעגט ער די פֿרוי, וואָס קומט פֿאָר נאָך דעם ווי זי קומט אַהיים פֿון דער מיקווה. בײַ ס׳רובֿ פֿרומע פּאָרפֿעלקער איז דער פֿרויס חודשלעך טינקען זיך אין דער מיקווה אַ געלעגנהייט פֿאַרן פּאָרפֿאָלק צו פֿאַרברענגען אין בעט צוזאַמען און זיך צו ליבן.

דער 61־יאָריקער האָלענדיש־געבוירענער גרונבערג, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אינעם העלפֿן פֿרומע ייִדישע פּאָרפֿעלקער, באַמיט זיך צו שאַפֿן אַן אײַנגענעמע שטימונג, כּדי צו דערמעגלעכן די פּאָרפֿעלקער צו רעדן וועגן סעקס. הגם ער איז נישט דער ערשטער סעקס־טעראַפּעווט צו העלפֿן די פֿרומע ייִדן, איז ער פֿאָרט אייגנאַרטיק: ער פּריידיקט, אַז פֿרומע פֿרויען האָבן רעכט הנאה צו האָבן פֿון סעקס, און ער האָט אַפֿילו באַקומען די הסכּמה פֿון עטלעכע אָנגעזעענע רבנים פֿאַר זײַן בוך, Femfeeling, וווּ ער באַטאָנט, אַז אַ פֿרוי מעג הנאה האָבן פֿון סעקס, און — נאָך מער קאָנטראָווערסאַל — מעג אָנאַנירן, כּדי צו דערגרייכן אַן אָרגאַזם.

דאָס בוך, וואָס זײַן ערשטע אויפֿלאַגע איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז אַ טייל פֿון אַ וואַקסנדיקער צאָל מקורים, וואָס דערקלערן פֿרומע ייִדישע פּאָרפֿעלקער די פּרטים פֿון פֿאַרשידענע סעקסועלע ענינים. גרונברעגס בוך גייט אָבער נאָך ווײַטער: ער באַטאָנט, אַז ס׳איז גוט פֿאַר פֿרויען צו אָנאַנירן — אַן אַקטיוויטעט וואָס אַ סך אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן האַלטן פֿאַר נישט־מאָראַליש.

אינעם בוך געפֿינען זיך צייכענונגען פֿון די עראָטישע ערטער אינעם פֿרויס גוף, כאָטש קיין בפֿירושע אינסטרוקציעס ווי צו קריגן באַפֿרידיקונג פֿון די ערטער איז נישט פֿאַראַן. דער פֿאַרשטאַנד איז, אַז די פֿרויען, וואָס קוקן אויף די אילוסטראַציעס, וועלן שוין אַליין פֿאַרשטיין וואָס צו טאָן. גרונבערג זאָגט, אַז ווען אַ פֿרוי פֿאַרשטייט איר אייגענעם גוף, און ווייסט וואָס עס שאַפֿט איר פֿאַרגעניגן, קאָן זי בעסער איבערגעבן איר מאַן, ווי אַזוי ער קען זי צופֿרידנשטעלן.

ווען גרונבערג האָט אָנגעשריבן Femfeeling, האָט ער נישט געקענט געפֿינען קיין פֿאַרלאַג, האָט ער עס פּובליקירט אויפֿן אייגענעם חשבון. דערווײַל האָט ער שוין פֿאַרקויפֿט עטלעכע הונדערט עקזעמפּלאַרן, אָבער ער מיינט, אַז זײַן „מעסעדזש‟ האָט שוין דערגרייכט טויזנטער אַנדערע דורך אַ וועבזײַט מיטן זעלבן נאָמען, און אויך דורך דעם וואָס די פֿרומע פֿרויען דערציילן זייערע חבֿרטעס וועגן דעם.

הרבֿ נתן לאָפּעס קאַרדאָזאָ, אַן אָנגעזעענער פּוסק פֿון ייִדישער הלכה און דער דעקאַן פֿון דער „דוד קאַרדאָזאָ אַקאַדעמיע‟ אין ירושלים, איז איינער פֿון די עטלעכע רבנים, וואָס האָבן געגעבן הסכּמה פֿאַר גרונבערגס צוגאַנג. „פֿרויען ווערן נישט פֿאַרווערט פֿון אָנאַנירן,‟ האָט קאַרדאָזאָ געזאָגט דער ייִט״אַ. „די ייִדישע טראַדיציע ווײַזט דווקא אַרויס אַ פּאָזיטיוון צוגאַנג צן סעקסועלער הנאה. מיר דאַכט זיך, אַז די פֿרומע ייִדישע קהילה איז אפֿשר באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון קריסטנטום, וואָס באַצייכנט סעקסולע הנאה ווי אַ טאַבו.‟

אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן ניצן הײַנט דעם קוריקולים פֿון סעקס־דערציִונג, Life Values and Intimacy (וועגן לעבנסווערטן און אינטימקייט). און די יונגע פֿרומע פּאָרפֿעלקער קאָנען זיך אויך לערנען פֿון אַ צווייט בוך, The Newlywed‘s Guide to Intimacy (אַ וועגווײַזער וועגן אינטימקייט פֿאַר נײַע פּאָרפֿעלקער), פֿון הרבֿ דוד ריבנער, אַן אַמערקיאַנער־געבוירענער אָרטאָדאָקסישער רבֿ און סעקס־טעראַפּווט אין ירושלים. ריבנער זאָגט, אַז ער האָט אַפֿילו באַקומען אַ היתּר צו דערלויבן געוויסע פּאַציענטן צו ניצן אַ וויבראַטאָר, אויב די פֿרוי קען אַליין נישט דערגרייכן קיין אָרגאַזם.

„במשך פֿון די לעצטע צען יאָר זענען צוגעקומען מער פֿרומע ייִדישע סעקס־טעראַפּעווטן,‟ האָט ריבנער געזאָגט. „און אַפֿילו די נישט־פֿרומע סעקס־טעראַפּעווטן פֿאַרשטייען שוין בעסער די קולטורעלע ראַמען פֿון זייערע פֿרומע פּאַציענטן. דערפֿאַר האָבן די רבנים הײַנט מער צוטרוי אין מיר און אין מײַנע קאָלעגעס, אַז מיר וועלן נישט מוטיקן די פּאַציענטן צו טאָן עפּעס, וואָס שטימט נישט מיט דער הלכה.‟

די רבנים נעמען אויך אין באַטראַכט דעם מצבֿ פֿון יענע פֿרומע פֿרויען, וועלכע האָבן נאָך נישט געפֿונען זייער באַשערטן. „פֿרומע פֿרויען האָבן הײַנט חתונה שפּעטער, און די רבנים פֿאַרשטייען, אַז דאָס העכערט די מעגלעכקייט, זיי וועלן האָבן סעקס פֿאַר דער חתונה,‟ האָט גרונבערג געזאָגט. „דאָס הייסט, אַז אַפֿילו אויב געוויסע רבנים האַלטן נישט, אַז פֿרויען זאָלן אָנאַנירן, פֿאַשטייען זיי, אַז דאָס קאָן כאָטש אויסמײַדן די מעגלעכקייט, אַז די פֿרויען זאָלן שלאָפֿן מיט מענער פֿאַר דער חתונה.‟