מתּנה פֿון די קליוולאַנד־טאָגשולן

Gift From Day Schools in Cleveland

אַ תּלמיד פֿון דער „עגנון־שול‟, אין קליוולאַנד, מאַרץ 2013
אַ תּלמיד פֿון דער „עגנון־שול‟, אין קליוולאַנד, מאַרץ 2013

Published December 11, 2013, issue of January 03, 2014.

צוויי ייִדישע טאָגשולן אין דער געגנט פֿון קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָבן געמאָלדן, אַז זיי וועלן געבן אַ הנחה אינעם שׂכר־לימוד פֿאַר די קינדער, וואָס זייערע עלטערן אַרבעטן פֿאַר די אָרטיקע ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציעס. די „עגנון־שול‟, וואָס געהערט נישט צו קיין ספּעציפֿישן רעליגיעזן שטראָם, וועט שנײַדן אויף 40% דעם שׂכר־לימוד בײַ די משפּחות, וווּ די עלטערן אַרבעטן בײַ אַגענטורן פֿאַרבונדן מיט דער „ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון קליוולאַנד‟, סינאַגאָגעס און אַנדערע אָפֿיציעלע ייִדישע קאָמונאַלע אָרגאַניזאַציעס. עס לערנען זיך אין דער „עגנון־שול‟ 332 קינדער.

די „שעכטער־שול אויף גראָס׳ נאָמען‟, אַ קאָנסערוואַטיווע אינסטיטוציע מיט 270 תּלמידים, וועט שנײַדן דעם שׂכר־לימוד אויף 35%, און וועט אויך אַראָפּרעכענען 1,000$ בײַ די משפּחות, וועלכע ברענגען אַרײַן נײַע תּלמידים.

דער שׂכר־לימוד בײַ „עגנון‟ באַטרעפֿט צווישן 8,300$ און 11,850$, און בײַ דער „שעכטער־שול‟ — צווישן 8,150$ און 10,200$. ביידע שולן, וועלכע נעמען אַרײַן קלאַסן פֿאַר קינדער פֿון פֿיר יאָר ביזן אַכטן קלאַס, וועלן ווײַטער באַזאָרגן נויט־באַדערפֿטיקע משפּחות מיט פֿינאַנציעלער שטיצע.

„מיר האַלטן, אַז די הנחות וועלן דערמעגלעכן אַ סך מער מענטשן צו באַטראַכטן די ייִדישע טאָגשול ווי אַ מעגלעכקייט פֿאַר זייערע קינדער,‟ האָט דערקלערט דזשערי איסאַק־שפּירא, דער מנהל פֿון דער „עגנון־שול‟. איסאַק־שפּירא שאַצט, אַז די הנחות פֿאַר די תּלמידים, וואָס זענען באַרעכטיקט דערצו, און וואָס זענען שוין רעגיסטרירט, וועלן אָפּקאָסטן דער שול 36,000$. די הוצאָות פֿאַר נײַע קינדער ווענדן זיך אין דעם, וויפֿל קינדער ס׳וועלן זיך הײַיאָר רעגיסטרירן.

דערווײַל האָט „עגנון‟ נישט קיין צוגעזאָגטע נדבֿות פֿון אירע שטיצער, וואָס זאָלן דעקן די נײַע הוצאָות, אָבער ער האָפֿט צו שאַפֿן דאָס געלט דורך דעם פֿאַרגרעסערן די צאָל תּלמידים אין דער שול, און דורך „אַן אַלגעמיינער פֿינאַנציעלער פֿאָרזיכטיקייט‟.

בערך 80,000 ייִדן וווינען אינעם ראַיאָן פֿון קליוולאַנד.