אַנטי־ציוניסטן — ברוכים־הבאָים?

Are Anti-Zionists Welcome?

Wiki Commons

פֿון ייִט״אַ

Published December 11, 2013, issue of January 03, 2014.

דינסטיק, דעם 10טן דעצעמבער, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע נעץ פֿון ייִדישע סטודענטישע „הלל‟־קלובן, געוואָרנט, אַז איר צווײַג בײַם סוואַרטמאָר־קאָלעדזש, שטאַט פּענסילוועניע, וועט נישט האָבן ווײַטער דאָס רעכט צו רופֿן זיך „הלל‟, אויב זי וועט נישט אָננעמען די כּללים פֿון דער אָרגאַניזאַציע לגבי ישׂראל.

מיט צוויי טעג פֿריִער, זונטיק, האָט דער סטודענטן־ראַט פֿונעם ייִדישן קלוב „הלל‟ בײַם סוואַרטמאָר־קאָלעדזש זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען די אינטערנאַציאָנאַלע כּללים פֿון „הלל‟, לויט וועלכע די קלובן טאָרן נישט קאָאָפּערירן מיט אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּעס. דער ראַט האָט איינשטימיק אָפּגעוואָרפֿן די כּללים און זיך דערקלערט, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער קאַמפּוס-אָרגאַניזאַציע, ווי אַן „אָפֿענער הלל‟, וואָס באַגריסט אָפֿענע דיסקוסיעס און מיטאַרבעט מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס.

די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע האָט אויף דעם געענטפֿערט מיט אַ שאַרפֿן בריוו פֿון איר פֿאַרוואַלטער און פּרעזידענט, עריק פֿינגערהוט, און געוואָרנט, אַז „ער וועט בשום־אופֿן נישט דערלאָזן קיין אַנטי־ציוניסטן צו רעדן אונטערן דאַך פֿון וועלכער־ניט־איז אָרגאַניזאַציע, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט ׳הלל׳‟.

לויט די אינטערנאַציאָנאַלע כּללים פֿון „הלל‟, טאָרן נישט די קלובן דורכפֿירן בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט די גרופּעס, אָדער דערלאָזן אויפֿצוטרעטן די יחידים, וואָס האַלטן, אַז ישׂראל האָט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן ווי אַ ייִדישע און דעמאָקראַטישע מלוכה; וואָס דעמאָניזירן ישׂראל אָדער באַציִען זיך צו ישׂראל מיט טאָפּלטע סטאַנדאַרטן; וואָס שטיצן בויקאָטן און סאַנקציעס קעגן ישׂראל; ווי אויך די, וואָס „שאַפֿן אַ כוליגאַנישע אַטמאָספֿער‟. די דאָזיקע כּללים זענען בלויז עצות און נישט אַבסאָלוטע געזעצן; יעדער באַזונדערער „הלל־קלוב‟ קאָן פֿאָרמולירן אַן אייגענע סיסטעם, וועלכע דאַרף, אָבער, שטימען מיטן גײַסט פֿון די אַלגעמיינע רעקאָמענדאַציעס.