ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 11, 2013, issue of January 03, 2014.

פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור א׳׳נ פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד

דעם 9טן דעצעמבער איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג־צערעמאָניע לכּבֿוד דעם צענטער פֿאַר פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור א׳׳נ פֿון מאַקס און טאָבי פֿרידלאַנד. דער נײַער צענטער וועט זײַן אַ לערן־אַנשטאַלט פֿאַר ייִדישע לערערס בײַ דער פּרעסטיזשפֿולער הויכשול פֿאַר לערערס א׳׳נ פֿון אַ. ל. לעווינסקי, וווּ דער אָוונט איז פֿאָרגעקומען. ד׳׳ר מרדכי יושקאָווסקי, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור א׳׳נ פֿון מאַקס און טאָבי פֿרילאַנד האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „ייִדיש איז געשטאָרבן? - ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן‟. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט די זינגערין מאַרינאַ יעקובאַוויטש געזונגען און געשפּילט אויף דער פּיאַנע, און דער פֿידלער פּאַוועל לעווין האָט זי באַגלייט.

ניו־יאָרקער שרײַבקרײַז

דעם 18טן דעצעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען אַ ייִדישער שרײַבקרײַז בײַ דער שיל „אַנשי חסד‟ (251 וועסט 100סטע גאַס אין מאַנהעטן, ניו יאָרק). פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן אויף 663-2069 (212) אָדער שרײַבט Cnydorf@aol.com

שמועס־קרײַז בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׁראל „בית־לייוויק‟

דעם 27סטן דעצעמבער, 11 אַזייגער אין דער פֿרי, וועט זיך ווידער טרעפֿן דער ייִדישער שמועס־קרײַז. די אָנטיילנעמער וועלן רעדן וועגן דער 85־יאָריקער געשיכטע פֿונעם פֿאַראיין.

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

תּל־אָבֿיבֿ:

דעם 25סטן דעצעמבער, 11:30 פֿאַרמיטאָג, וועט ד׳׳ר לאה איילון האַלטן אַ רעפֿעראַט: „חיים־נחמן ביאַליקס שעפֿערישע וועלט אויף ייִדיש‟, בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ (48 קאַלישער גאַס). פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 517-6764 (03).

יעדן מאָנטיק אין סירקין־קלוב (101 אַרלוזורובֿ, תּל־אָבֿיבֿ) וועלן פֿאָרקומען רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אינעם עמיר פּרץ־זאַל. דעם 9טן און 16טן דעצעמבער וועט רעדן דער זשורנאַליסט אָדם גרוזמאַן, און דעם 23סטן און 30סטן דעצעמבער די פּראָפֿעסאָרשע לאה איילון.

ירושלים:

יעדן מאָנטיק, פֿון 17:00 ביז 18:30, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט בײַ דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים (10 שלום־עליכם גאַס). דעם 12טן דעצעמבער וועט צילה גאָדראָוו־ווייצמאַן רעדן וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין ווילנע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דעם 16טן דעצעמבער וועט פּאָלינאַ בעלילאָווסקי האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן ייִדישע לידער און אויך געבן אַ קאָנצערט, „האָבן מיר אַ ניגונדל.‟ דעם 23סטן דעצעמבער וועט ד׳׳ר נתי כּהן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „ליבע און ראָמאַנסן בײַ אונדזערע קלאַסיקער.‟ דעם 30סטן דעצעמבער וועט די געזעלשאַפֿט פֿײַערן איר יערלעכע אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 671-2218 (02).

אַנדערשוווּ אין ישׂראל:

יעדן מאָנטיק 17:00 קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אין חדרה - די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין בית־עולה (ששת הימים 20). דעם 16טן דעצעמבער וועט לייב כאַרקאָווער האַלטן אַ רעפֿעראַט, „בלעטער וועגן געשיכטע‟, און דעם 23סטן דעצעמבער וועט מען באַהאַנדלען די טעמע „די ייִדישע פּרעסע - אַן איבערבליק‟. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט 622-6943 (04)

„ייִדישע שול‟: אַ נײַע ייִדיש־פּראָגראַם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער

ד׳׳ר אַסיאַ ווײַסמאַן
ד׳׳ר אַסיאַ ווײַסמאַן

פֿונעם 16טן ביזן 21סטן מאַרץ 2014 וועט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, פֿאָרקומען אַן אינטענסיווע וואָך פֿון קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך און קולטור. די שפּראַך־קלאַסן וועלן דויערן צוויי שעה אַ טאָג און האָבן צוויי ניוואָען: איינער פֿאַר אָנהייבער און איינער פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן. ד׳׳ר אַסיאַ ווײַסמאַן וועט לערנען די אָנהייבער, און יורי וועדעניאַפּין די סטודענטן וואָס קענען שוין אַ ביסל ייִדיש. די באַטייליקער וועלן געניסן פֿון נאָכמיטאָגדיקע לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע און טעאַטער און מע וועט אויך אַדורכפֿירן וואַרשטאַטן פֿאַר זינגער און טענצער. די אָנטייל־נעמער וועלן אײַנשטיין אינעם האָטעל נאָרטהאַמפּטאָן און באַקומען כּשרע מאָלצײַטן בײַם ייִדישן ביכער־צענטער. מע קען זיך רעגיסטרירן פֿאַר דער פּראָגראַם ביזן ערשטן פֿעברואַר, אָבער כּדי צו פֿאַרזיכערן דאָס אײַנשטיין אינעם האָטעל בעת דער פּראָגראַם, דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַרן 10טן יאַנואַר. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט צו נינאַ פּאַליסאַנאָ אויף 256-4900 (413) מיטן צוגאָב־נומער 143 אָדער שרײַבט: npalisano@bikher.org.

ייִדיש־קלאַסן אויף דער ייִדיש־פֿאַרם

די ייִדיש־פֿאַרם אין גושן, ניו-יאָרק, האָט לעצטנס אַרויסגעשיקט אַ מעלדונג, וווּ מע קען געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן די קורסן, וועלכע וועלן אַדורכגעפֿירט ווערן אין יאָר 2014. צווישן די 9 פּראָגראַמען זענען: „ייִדיש אויף איין פֿוס‟, אַן אינטענסיווער קורס פֿון ייִדישער שפּראַך וואָס קומט פֿאָר בלויז שבת־זונטיק. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אַלע סוף־וואָכן צווישן דעם 25סטן אַפּריל און דעם 17טן מײַ. דעם 4טן ביזן 9טן מײַ וועט פֿאָרקומען נאָך אַ ייִדיש־קורס אונטערן נאָמען „ייִדיש אויף איין פֿוס‟, אָבער ער וועט דויערן אַ גאַנצע וואָך. פֿון 11טן ביזן 16טן מײַ וועט דורכגיין אַ ישיבֿה־וואָך, אין וועלכער מע וועט לערנען דעם מאמר וועגן שמיטה, דאָס אַזוי־גערופֿענע „שבת־יאָר‟. דעם 19טן־30סטן מײַ וועט פֿאָרקומען „רעד, לייען און שרײַב‟, אַן אינטענסיווע פּראָגראַם מיטן ציל צו לערנען די סטודענטן גענוג ייִדיש, אַז זיי זאָלן קענען זיך באַטייליקן אין אַוואַנסירטע פּראָגראַמען אויף דער פֿאַרם, וואָס פֿירן זיך אין גאַנצן אויף ייִדיש. פֿון 24סטן ביזן 29סטן אויגוסט וועט פֿאָרקומען אַן אַוואַנסירטער סעמינאַר פֿון ייִדישע עסן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די פֿאַרשידענע פּראָגראַמען באַזוכט http://yiddishfarm.com/ אָדער שרײַבט נפֿתּלי איידלמאַן אויף naftali@yiddishfarm.org אָדער קלינגט אָן די פֿאַרם 360-5023 (845)



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.