אַ נײַער בית־דין פֿאַר עגונות

New Religious Court For Agunot

Shutterstock

פֿון ייִט״אַ

Published December 12, 2013, issue of January 03, 2014.

דאָס קומענדיקע יאָר, פּלאַנירט מען צו עפֿענען אַ נײַעם אומאָפּהענגיקן בית־דין, וועלכער וועט זיך פֿאַרנעמען מיט דער פּראָבלעם פֿון עגונות. זונטיק, דעם 8טן דעצעמבער, האָט מען אַנאָנסירט דעם דאָזיקן פּלאַן בעת דער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע אָרטאָדאָקסישע פֿעמיניסטן אין ניו־יאָרק.

הרבֿ שׂימחה קראַוס פֿון ירושלימער וועט אָנפֿירן מיטן נײַעם בית־דין, וועלכער וועט פֿונקציאָנירן אין ניו־יאָרק, אומאָפּהענגיק פֿון אַנדערע אינסטיטוציעס. קראַוס איז אַ באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ. אין זײַן שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט ער איבערגעגעבן, אַז זײַן בית־דין וועט אויסנוצן ווייניק־באַקאַנטע היתּרים פֿון פֿאַרשיידענע הלכה־ספֿרים, כּדי צו באַפֿרײַען די פֿרויען פֿון די מענער, וואָס זאָגן זיך אָפּ צו געבן זיי אַ גט. למשל, לויט געוויסע הלכה־קוואַלן, קאָן מען אַרײַלייגן אַזאַ מאַן אין חרם און דערלאָזן די פֿרויען זיך אָנטיילצונעמען מער אַקטיוו אינעם גט־פּראַָצעס.

מיט דער צײַט, וועט קראַוס עפֿענען אַ צווייטן בית־דין אין ישׂראל. ער האָפֿט צו באַקומען דערויף אַ הסכּמה פֿונעם ישׂראלדיקן אָפֿיציעלן הויפּט-רבנות, כּדי די באַשלוסן פֿונעם בית־דין זאָלן האָבן אַ ווערט לויט די מלוכישע געזעצן. דער רבֿ האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער פּראָיעקט שטעלט דעם ציל צו שאַפֿן אַ „בית־דין מיט אַ מענטשלעך פּנים‟. האָפֿנטלעך, וועט מען קענען העלפֿן די עגונות אַפֿילו אין אַזעלכע שווערע פֿאַלן, ווען ס׳איז שווער, אויפֿן ערשטן בליק, צו געפֿינען אַן אויסוועג, אויב מע וועט אָנווענדן „די ריכטיקע מעטאָדאָלאָגיע‟.

קראַוס האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ס׳איז נישט אַזוי גרינג דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט. די גרעסטע פּראָבלעם פֿון יעדן אומאָפּהענגיקן בית־דין איז צו קריגן אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן ערנסטער פֿאַרלאָזלעכער אינסטיטוציע אין די ברייטערע פֿרומע קרײַזן, בפֿרט צווישן די חרדים. אין אַלע קהילות וויל מען אָבער העלפֿן די עגונות; דערפֿאַר האָפֿט ער, אַז די חרדים וועלן זיך אויך ווענדן צו דעם נײַעם בית־דין אָדער נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער.