בײַדען: הילף פֿאַר שארית־הפּליטה

White House to Help Holocaust Survivors

דזשאָ בײַדען
Getty Images
דזשאָ בײַדען

פֿון ייִט״אַ

Published December 12, 2013, issue of January 03, 2014.

דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט, דזשאָ בײַדען, האָט געזאָגט, אַז דאָס „ווײַסע הויז‟ וועט קאָאָפּערירן מיט דער ייִדישער קהילה, כּדי צו העלפֿן די אָרעמע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. דינסטיק, דעם 10טן דעצעמבער, איז בײַדען אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע בעת דער אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם „דזשוינט‟, און דערקלערט, אַז דאָס „ווײַסע הויז‟ וועט באַשטימען אַ ספּעציעלן שליח בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג און מענטשלעכע דינסטן, וועלכער וועט דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער פֿאַר די ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און די נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע באַדינען די שארית־הפּליטה.

דער וויצע־פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז דאָס שותּפֿות מיט דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער הילף־פּראָגראַם „VISTA‟ וועט העלפֿן צו געפֿינען מער וואָלונטירן צו באַדינען די ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן. אַחוץ דעם, וועט דאָס „ווײַסע הויז‟ באַטראַכטן, ווי אַזוי די פּאַרטנערשאַפֿט צווישן דעם פּריוואַטן און מלוכישן סעקטאָר קאָן בעסער שטיצן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן דער שארית־הפּליטה.

מײַקל סיגאַל, דער פֿאָרזיצער פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־ראַט בײַ די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟, האָט געזאָגט, אַז דער קאָאָפּעראַציע־פּלאַן מיטן „ווײַסן הויז‟ איז אַ „גרויסער שריט פֿאָרויס‟, און וועט העלפֿן אַ סך לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, וואָס בערך 120,000 פֿון זיי וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, לויטן חשבון פֿון סיגאַלס אָרגאַניזאַציע. בערך אַ פֿערטל פֿון דער דאָזיקער גרויסער צאָל מענטשן לײַדן פֿון אָרעמשאַפֿט.