צו די שלושים פֿון חנה מלאָטעק ע‟ה

Chana Mlotek (z''l) Commemorated

חנה און יאָסל מלאָטעק, סוף 1990ער יאָרן
Milken Family Foundation
חנה און יאָסל מלאָטעק, סוף 1990ער יאָרן

פֿון באָריס סאַנדלער

Published December 13, 2013, issue of January 03, 2014.

מיט פֿינף יאָר צוריק, אין 2008, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט חנה מלאָטעק, אָפּצוהאַלטן מיט איר אַ געשפּרעך פֿאַרן „צוקונפֿט‟־זשורנאַל, וווּ ס‘איז געווען די רובריק „אַ געשטאַלט אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן פּייסאַזש‟. יעדער „געשטאַלט‟ האָט געמוזט זײַן אַ געבוירענער אין אַמעריקע ייִדיש־קענער. צו אַזאַ קאַטעגאָריע האָט געוויס געהערט אויך חנה מלאָטעק. יעדער שמועס מײַנער פֿלעגט זיך אָנהייבן מיט דער זעלבער פֿראַגע:

ווער זײַנען געווען אײַערע עלטערן, ווײַל אַלץ הייבט זיך דאָך אָן פֿון דער היים?

אמת! אמת! אין מײַן היים האָט מען גערעדט ייִדיש. די עלטערן קומען פֿון ווײַסרוסלאַנד — בערעזין און שטאָלפּס. אין דער היים פֿלעגן זיי רעדן אויף ייִדיש און מיר האָבן געענטפֿערט אויף ענגליש; אַזוי, אַז מיר האָבן געהאַט אַ גוטע קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש.

ווער זײַנען געווען אײַערע עלטערן?

דער טאַטע האָט געהייסן לייזער גאָרדאָן און די מאַמע — בעסי דזשייקאָבסאָן. דער טאַטע איז געווען פֿון שטאָלפּס און באַפֿרײַנדעט מיט זלמן שזר. ווען שזר איז געקומען קיין שטאָלפּס, האָט מען מײַן טאַטן פֿאַרבעטן. מײַן מאַמע איז געקומען פֿון בערעזין, וואָס איז אויפֿן וועג קיין מינסק. געקומען קיין אַמעריקע, איז מײַן פֿאָטער געוואָרן אַן אַרבעטער אין אַ פֿאַבריק. איך בין געגאַנגען אין אַן אַמעריקאַנער און אַ ייִדישער שול. איך בין געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אָבער זיך דערצויגן אין דער בראָנקס, וווּ כ׳האָב זיך געלערנט ייִדיש אין דער “אַרבעטער־רינג” צוגאָב־שול. מיר האָבן געוווינט אין די „שלום־עליכם‟ — קאָאָפּעראַטיווע הײַזער אין דער בראָנקס. עס זײַנען געווען אַ סך אַקטיוויטעטן אויסער דער שול, ווי מוזיק, טענץ און קונסט; אַזוי, אַז מיר האָבן גענאָסן פֿון אַלע זײַטן, קען מען זאָגן.

חנה מיט אירע עלטערן, 40ער יאָרן
חנה מיט אירע עלטערן, 40ער יאָרן

וועמען געדענקט איר פֿון אײַערע לערער?

מײַן לערער, אַהרן בראָמבערג, איז געווען אַ וווּנדערלעכער מענטש. ער האָט מיך טאַקע גוט געלערנט. איך האָב צוויי מאָל איבערגעהיפּט קלאַסן, ווײַל איך בין געווען גוט אין שפּראַכן — אין אויסלײג און אין שרײַבן ייִדיש. דערנאָך בין איך געגאַנגען אין דער „שלום־עליכם‟־מיטלשול, וווּ לייבוש לערער און אַנדערע האָבן אונדז געלערנט אַ ביסל העברעיִש. דער עיקר, איז מײַן ייִדיש־לשון געקומען פֿון דער עלעמענטאַר־שול מיטן לערער בראָמבערג. שפּעטער בין איך געגאַנגען אין די אַמעריקאַנער שולן, אין האָנטער־קאָלעדזש, וווּ איך האָב גראַדויִרט מיט ספּעציאַליטעטן אין פֿראַנצויזיש און מוזיק. איך האָב זיך דאָרט אויסגעלערנט די מוזיק־שפּראַך און מיט דעם בין איך געקומען אין ייִוואָ.

זאָגט מיר, אין יענער צײַט, אין אײַערע קינדער־יאָרן און שפּעטער אַ ביסל — וואָס איז באמת געווען די באַציִונג צו ייִדיש? ווי אַזוי האָט זיך דאָס אויסגעדריקט?

מיר האָבן זייער ליב געהאַט די שול און די לערער; די ימים־טובֿים און די מאַסקאַראַדן־בעלער; די פּיעסעס און לידער וואָס מיר פֿלעגן זינגען מיט הנאה. ס׳איז געווען אַ היימישע סבֿיבֿה, אַ היים, אויסער דער היים. מיר האָבן זייער גוט פֿאַרבראַכט. מיר האָבן געהאַט אונדזערע פֿרײַנד און אונדזערע אַקטיוויטעטן. עס איז געווען אַ טייל פֿון אונדזער לעבן. איך בין געגאַנגען אין דער שול דרײַ מאָל אַ וואָך, און ווען איך האָב איבערגעהיפּט אַ קלאַס, בין איך געגאַנגען פֿינף מאָל אַ וואָך. די שול איז געווען פֿאַר מיר אַ וווּנדערלעך פּלאַץ — אַ פֿאַרגעניגן זיך צו לערנען און אָנטייל נעמען אין שײנע אַקטיוויטעטן.

דאָס הייסט, אַז עס איז געווען מער אַ קולטורעלע זאַך, נישט קיין אידעאָלאָגישע?

עס איז געווען א הומאַניסטישע זאַך. מײַנע עלטערן זײַנען יאָ געווען אידעאָלאָגישע ייִדישיסטן. זיי האָבן באַלאַנגט צום שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן דורכויס מיט ייִדישער קולטור; זיי האָבן מיך געשיקט זיך צו לערנען אין דער „שלום־עליכם‟־מיטלשול און אין קעמפּ „בויבעריק‟, וואָס איז געווען אַן אינסטאַנץ פֿון „שלום־עליכם‟ פֿאָלק־אינסטיטוט. זיי זײַנען געווען צווישן די ערשטע מיטגלידער פֿונעם אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון ייִוואָ — איך האָב אַמאָל געזען אַ ייִוואָ־פּובליקאַציע, וווּ זייערע נעמען זײַנען געווען צווישן די ספּאָנסאָרס. מיר האָבן געוווינט אין די „שלום־עליכם‟־הײַזער, וווּ די ייִדישע קולטור איז געווען אַ וויכטיקע און טעגלעכע דערשײַנונג. זיי זײַנען געווען „טאָג‟־לייענערס, און שפּעטער — „פֿאָרווערטס‟־לייענערס. איך האָב ליב געהאַט דאָס לערנען. איך האָב ליב געהאַט די לידער, די אַלע מעשׂיות; די שפּילן פֿון שלום־עליכם, פּרץ. פֿאַר מיר איז ייִדיש נישט געווען קיין אידעאָלאָגישע זאַך. עס איז געווען אַ נאַטירלעכע זאַך צו גיין אין שול, צו לערנען זיך ייִדיש, און ברענגען ייִדיש אַהיים. איך פֿלעג ברענגען געוויסע זאַכן צו מײַן פֿאָטער, וועגן וועלכע ער האָט נישט געוווּסט און מיר פֿלעגן ביידע לייענען און דיסקוטירן וועגן דעם און האָבן הנאה.

איר האָט באַקומען אויך אַ מוזיקאַלישע דערציִונג. ווי אַזוי איז עס אײַך צונוץ געקומען?

איך האָב געלערנט מיט יעקבֿ העלמאַן, וועלכער האָט געשטאַמט פֿון יעקאַטערינאָסלאַוו, און ער איז געווען אַ סטודענט פֿון בענואַ, און זי איז געווען אַ סטודענטקע פֿון פֿערענץ ליסט. אַזוי, אַז די גענעאַלאָגיע איז דאָ זייער אַ וויכטיקע. ער האָט אין אונדז אײַנגעפֿלאַנצט אַ ליבשאַפֿט פֿאַר מוזיק. איך האָב עס שפּעטער געלערנט אין קאָלעדזש, און עס איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן לעבן.

אין ייִוואָ זענט איר געקומען גלײַך נאָכן פֿאַרענדיקן דעם קאָלעדזש?

נאָך זײַענדיק אין קאָלעדזש, האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין ייִוואָ. מײַן פֿרײַנדין האָט דאָרטן געאַרבעט און אויפֿגעגעבן די שטעלע. אַזוי אַז איך בין אָנגעקומען אַהין און מע האָט מיך אַנגאַזשירט. איך בין געוואָרן די סעקרעטאַרין בײַ מאַקס ווײַנרײַכן, איינער פֿון די גרעסטע לינגוויסטן בײַ ייִדן פֿון ייִדיש.

אין וועלכן יאָר איז דאָס געווען?

דאָס איז געווען אין 1944. מאַקס ווײַנרײַך איז געווען אַ גרויסער לערער, און טאַקע פֿון אים האָב איך זיך אויסגעלערנט ייִדיש. איך האָב כּסדר געשטעלט פֿראַגעס, און ער האָט געהאַט גענוג געדולד צו דערקלערן זיי און פֿאַרטײַטשן.

מאַקס ווײַנרײַך מיטן קלאַס אין לאָס־אַנדזשעלעסער אוניווערסיטעט, 1948
מאַקס ווײַנרײַך מיטן קלאַס אין לאָס־אַנדזשעלעסער אוניווערסיטעט, 1948

דעמאָלט האָט איר זיך נאָך נישט פֿאַרנומען מיט פֿאָלקלאָר?

אין 1944 האָב איך גאָרנישט געוווּסט וועגן פֿאָלקלאָר. עס זײַנען דאָ געווען מיטאַרבעטער פֿון אייראָפּע, וואָס האָבן גערעדט מיט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן: וואַרשעווער, טשענסטאָכאָווער, און אַנדערע… איך האָב זיי נישט פֿאַרשטאַנען. אָבער ווײַנרײַכס ווילנער ייִדיש האָב איך יאָ פֿאַרשטאַנען. עטלעכע יאָר שפּעטער, ווען איך האָב פֿאַרענדיקט דעם האָנטער־קאָלעדזש, האָט ווײַנרײַך געקראָגן אַ פֿאַרבעטונג צו געבן קורסן וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר אין UCLA, אין לאָס־אַנדזשעלעס. פֿאַר דעם זומער האָט דער ייִוואָ צוגעטיילט סטיפּענדיעס פֿאַר עטלעכע סטודענטן: אוריאל ווײַנרײַך, שיקל פֿישמאַן, בינה ווײַנרײַך, יאָסל מלאָטעק, און איך בין געווען איינע פֿון זיי. במשך פֿון דעם זומער האָבן מיר געלערנט צוויי קורסן, און נאָכמיטאָג האָבן מיר געהאַט זיצונגען, בײַ וועלכע מיר האָבן אַרומגערעדט פֿאַרשידענע טעמעס און פֿאָרשונגען.

דאָס איז געווען אין יאָר…

1948, ווען מיר זײַנען אַהיים געקומען, האָבן מיר געשאַפֿן אַ פֿאָלקלאָר־קלוב בײַם ייִוואָ, אויפֿן נאָמען פֿון י.ל. כּהן, וועלכער איז געווען אַ פּיאָנער אין זאַמלען ייִדישן פֿאָלקלאָר. מיר פֿלעגן זיך טרעפֿן יעדע וואָך, אַרבעטן און דיסקוטירן; האָבן דורכגעפֿירט זיצונגען און קאַטאַלאָגירט אַלץ אין אַן אַרכיוו. שפּעטער האָבן מיר אַרויסגעגעבן אַ זשורנאַל „ייִדישער פֿאָלקלאָר‟, וווּ די רעדאַקטאָרן זײַנען געווען אוריאל און בינה ווײַנרײַך, איך און וואָלף יונין. צום באַדויערן, האָבן מיר אַרויסגעגעבן בלויז דרײַ נומערן, אָבער יעדער איינער פֿון זיי איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט אַ סך פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן.

און ווער האָט דאָס פֿינאַנצירט?

דער ייִוואָ. אַלע זײַנען מיר דעמאָלט געווען פֿאַרנומען. אוריאל ווײַנרײַך איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, איך בין באַשעפֿטיקט געווען מיט מײַנע שטוב־זאַכן, און וואָלף יונין איז קיינמאָל נישט געווען טיף אַרײַנגעטאָן אין דעם.

צו יענער צײַט האָט איר חתונה געהאַט מיט יאָסלען, אַ מענטש פֿון אַן אַנדער וועלט. ווי אַזוי איז עס געשען?

דאָס ערשטע מאָל האָב איך אים געטראָפֿן אין יאָר 1947. ער איז געקומען פֿון שאַנכײַ, כינע, וווּ ער איז אַנטלאָפֿן בעת דער מלחמה, ווי אַ פּליט. אין 1947 האָט ער באַקומען אַ וויזע און אַן אַרבעט־פֿאַרבעטונג צו ווערן אַ לערער אין די טאָג־שולן אין קאַלגערי. אויפֿן וועג אין קאַלגערי האָט ער באַקומען אַ טראַנזיט־וויזע קיין ניו־יאָרק און דאַן האָב איך אים באַגעגנט. דערנאָך, אין 1948, האָבן מיר זיך ווידער געטראָפֿן.

און ס׳האָט זיך צעשפּילט אַ ליבע?

יאָ, אַ ליבע, טאַקע אַן אמתע ליבע.

מיט וואָס האָט ער אײַך פֿאַרכּישופֿט?

חנה מיט איר זון זלמן, סוף 1990ער יאָרן
Milken Family Foundation
חנה מיט איר זון זלמן, סוף 1990ער יאָרן

זײַן שטימע, זײַן זינגען, זײַן פּערזענלעכקייט. ער האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעך פּרעכטיקע שטימע צו זינגען און צו רעדן. ער האָט אַזוי גוט גערעדט ייִדיש, אַז עס איז געווען פֿאַר מיר מוזיק. איך האָב זיך אין אים פֿאַרליבט, און מיר האָבן צוויי יאָר געוווינט אין מאַנהעטן און דערנאָך — אין די אַמאַלגאַמייטעד הײַזער אין דער בראָנקס, וווּ איך וווין ביז איצט. מיר האָבן צוויי זין — משה און זלמן — צוויי פֿײַנע בחורים, וועלכע מיר האָבן דערצויגן אויף מאַמע־לשון. וואָס שײך יאָסל און מיך, איז עס אויך געווען אידעאָלאָגיש באַרעכטיקט אויפֿצוהאָדעווען אונדזערע זין אויף ייִדיש. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען בלויז געציילטע משפּחות האָבן גערעדט ייִדיש צווישן זיך און מיט זייערע קינדער. זיי זײַנען געגאַנגען אין דער „אַרבעטער־רינג”־שול, מיטלשול, און מײַן ייִנגערער זון, מויש, האָט אַפֿילו פֿאַרענדיקט דעם לערער־סעמינאַר. מײַן שוועסטער, מלכּה גאָטליב, אַ פּיאַניסטין, קען זייער גוט ייִדיש, זי איז אַ שטענדיקע „פֿאָרווערטס‟־לייענערין, מיט וועמען איך דיסקוטיר די אַרטיקלען כּמעט יעדע וואָך. איר מאַן, בנימין ע״ה, אַ דענטיסט, איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון קעמפּ „בויבעריק‟.

ווי אַזוי האָט איר קאָמבינירט ייִדיש מיטן אַלגעמיינעם לעבן אין דער משפּחה?

ווען איך האָב חתונה געהאַט, איז מײַן ייִדיש געווען זייער שוואַך; נישט צום שרײַבן, נישט צום לייענען, נישט צום איבערזעצן. אַפֿילו בײַם רעדן האָב איך געהאַט שוועריקייטן. איך האָב פּראָבירט רעדן מיט די קינדער ייִדיש, אָבער איך האָב געזען, אַז ס׳טויג נישט. האָב איך גערעדט מיט זיי אַ געמיש פֿון ענגליש און ייִדיש. אָבער יאָסל האָט מיט זיי גערעדט נאָר ייִדיש און אַזוי אַרום זײַנען זיי אויפֿגעוואַקסן ייִדיש־רעדער. זיי זײַנען פֿאַרליבט געוואָרן אין מוזיק, ווײַל מיר האָבן געהאַט אַ זינגענדיקע משפּחה. יעדן טאָג האָבן מיר געזונגען נײַע לידער. צו צוויי און אַ האַלב יאָר האָט זלמן שוין געקענט אַרום צוויי הונדערט לידער, וואָס איך האָב רעקאָרדירט. די קינדער האָבן ליב געהאַט די ייִדישע מוזיק, וואָס איך האָב מיט זיי געלערנט. דאָס זײַנען מערסטנס געווען לידער, וועלכע איך האָב געפֿאָרשט און דערנאָך געבראַכט אין שטוב אַרײַן, האָבן מיר אַלע פֿון דעם גענאָסן.

ווי אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אײַער פֿאָרש־אַרבעט ווי אַ מוזיקאָלאָג, אַ זאַמלערין פֿון ייִדישע לידער?

ווען איך האָב געאַרבעט בײַ ווײַנרײַכן, איז געווען אַ געלערנטער, אַ העברעיִסט, דניאל פּעסקי, און ער האָט אַרײַנגעבראַכט פֿאַר די „ייִוואָ־בלעטער‟ צוויי לידער, וואָס ער האָט געזאַמלט. עמעצער האָט דעמאָלט אָנגעקלונגען און געזאָגט, אַז ער קען די מעלאָדיעס. האָט ווײַנרײַך מיך געשיקט צו דעם מענטשן און איך האָב פֿאַרשריבן די מעלאָדיעס און זיי אַרײַנגעגעבן אין די „ייִוואָ־בלעטער‟.

האָט איר עס דעמאָלט פֿאַרשריבן אויף נאָטן?

יאָ, אויף נאָטן. דאָס איז געווען איידער איך האָב חתונה געהאַט. נאָך דעם ווי איך האָב חתונה געהאַט, האָט ווײַנרײַך געדרוקט מײַן אַרבעט וועגן מיכל גאָרדינס „די באָרד‟. מיר האָבן געהאַט אַ פֿרײַנד, משה גליקסבערג, וואָס בײַ יעדן צוזאַמענטרעף פֿון חבֿרים האָט ער געזונגען „די באָרד‟, „די באָרד זאָל מיר זײַן‟.

וואָס האָט עס געהייסן?

צוהערנדיק זיך צום פֿרײַנדס געזאַנג, האָב איך גענומען זוכן פֿון וואַנען דאָס ליד שטאַמט און אויסגעפֿונען, אַז דאָס איז מיכל גאָרדינס „די באָרד‟. ווײַנרײַך האָט מיר פֿאָרגעלייגט, אַז איך זאָל דעם ענין אויספֿאָרשן, און איך האָב געקראָגן אַנדערע ווערסיעס, מיט אַנדערע מעלאָדיעס און אַנדערע ווערטער. איך האָב זיי אַלע פֿאַרשריבן. אין דער קעמברידזש־ביבליאָטעק האָב איך געפֿונען די ערשטע אויסגאַבע פֿון מיכל גאָרדין, פֿון 1868. דערנאָך האָב איך אויסגעפֿונען, אַז אין 1889 האָט מיכל גאָרדין עס געביטן און שפּעטער האָט מען אויך געפֿונען אַנדערע וואַריאַנטן פֿון אַנדערע שריפֿטשטעלער — פּרץ האָט אויך אָנגעשריבן אַ וואַריאַנט. שפּעטער האָב איך אונטערגענומען אַנדערע פּראָיעקטן.

יאָסל און חנה מלאָטעק בײַ אַבֿרהם סוצקעווערן אין דער היים. תּל־אָבֿיבֿ, 1968
יאָסל און חנה מלאָטעק בײַ אַבֿרהם סוצקעווערן אין דער היים. תּל־אָבֿיבֿ, 1968

אײַער קרוין־אַרבעט זײַנען די זאַמלונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער, וואָס איר האָט צוזאַמענגעשטעלט מיט יאָסלען. ווי אַזוי האָט זיך דער פּראָיעקט אָנגעהויבן און ווי אַזוי איז עס אָנגעגאַנגען?

אין 1970 בין איך געוואָרן קראַנק אויף עטלעכע יאָר. איך האָב דעמאָלט געאַרבעט אין „דזשוינט‟. און ווען איך בין געבליבן אין שטוב, האָב איך מיט יאָסלס הילף אָנגעהויבן אַרבעטן אויפֿן פּראָיעקט „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟, ווי אַ מין בײַלאַגע צום „פֿאָרווערטס‟. איך פֿלעג ענטפֿערן דאָרט אויף אַ סך פֿראַגעס. האָבן די לייענער אָנגעהויבן פֿאָדערן, מיר זאָלן אַרויסגעבן אַ בוך. יאָסל האָט געהאַט אַ פֿרײַנד, יהודה שאַפּיראָ, און זײַן זון איז געווען אַרײַנגעטאָן אין דרוקערײַ. ער האָט טאַקע צוגעזאָגט צו העלפֿן. אַזוי איז אין 1972 אַרויס די זאַמלונג „מיר טראָגן אַ געזאַנג‟.

וויפֿל קאָפּיעס זײַנען דעמאָלט דערשינען?

עס זײַנען פֿאַרקויפֿט געוואָרן איבער 25,000 קאָפּיעס. דערנאָך האָבן מיר אַרויסגעגעבן די אַנדערע צוויי זאַמלונגען. מיר האָבן אויך אַרויסגעגעבן מיט מײַן שוועסטער, מלכּה גאָטליב, „לידער פֿון חורבן‟ און אַ זאַמלונג פֿון חורבן־לידער און יום־טובֿ־לידער.

האָט איר געהאַט אַן אופֿן, אַ קריטעריע ווי אַזוי אויסצוקלײַבן די לידער?

מערסטנס, איז עס געווען אַ סעלעקציע פֿון מײַנע באַליבטסטע לידער — דאָס איז געווען איינע פֿון די קריטעריעס. אַ צווייטע זאַך איז געווען די היסטאָרישקייט. מען פֿלעגט זאָגן, אַז ייִדישע לידער האָבן נישט — און זינגען נישט וועגן — געשיכטע. האָב איך פּראָבירט זאַמלען לידער וועגן פּאָגראָמען, מלחמה; לידער וועגן חורבן; איך האָב אָנגעטראָפֿן אויף אַ סך לידער, וואָס זײַנען פֿריִער נישט געדרוקט געוואָרן. און דערנאָך די ליבע־לידער מיט פּרעכטיקע מעלאָדיעס, וואָס זײַנען מיר געפֿעלן, און די טעאַטער־לידער.

וואָס איז דער שטח הײַנט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר?

דער שטח איז זייער אַן אָרעמער. עס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ וווּנדערלעכע קאָלעקציע פֿון מאיר און דובֿ נוי אין ישׂראל און, אַ חוץ מײַנע לידער־זאַמלונגען, איז גאָרנישט געדרוקט געוואָרן. איך האָב אַ סך געשריבן וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען און אַרבעטן וועגן ייִדישן פֿאָלקסליד און באַלאַדע.

וואָס, לויט אײַער מיינונג, איז אַממיינסטן אינטערעסאַנט?

אינטערעסאַנטע פֿאַר מיר פּערזענלעך זײַנען די היסטאָרישע לידער, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם גאַלדפֿאַדענס לידער. איך האָב געמאַכט אַ פֿאָרשונג וועגן זייער פֿאָלקלאָריזירונג. איך האָב ליב אַרבעטער־לידער, פּראָטעסט־לידער; איך האָב זייער ליב די ליבע־לידער, וואָס פֿאַרמאָגן פּרעכטיקע מעלאָדיעס, און איך האָב ליב קאָמישע און קינדער־לידער… איך האָב אַן אינטערעס צו אַלע מינים לידער.

צי זײַנען דאָ הײַנט געוויסע יחידים, וואָס זאַמלען מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר און וואָס זײַנען גרייט זיך צו פֿאַרנעמען מיטן באַאַרבעטן אים?

צווישן די קלעזמאָרים איז פֿאַראַן אַן אינטערעס. זיי קומען אַרויס מיט דיסקן, וווּ מען זינגט לידער און מען שאַפֿט לידער. עס זײַנען דאָ גרופּעס אין רוסלאַנד, אייראָפּע, מאָלדאַוויע, וווּ מען שאַפֿט לידער, און מען זינגט די אַלטע פֿאָלקסלידער.

ווי אַזוי באַציט איר זיך בכלל צו דער קלעזמער־באַוועגונג. ס׳איז שוין געוואָרן אַ שטייגערישע זאַך. עס דאַכט זיך, אַז יעדער קען נעמען אַ פֿידל, אָדער אַ קלאַרנעט, זיך צונויפֿפּאָרן מיט אַנדערע און אָט, נאַט אײַך נאָך איין קלעזמער־קאַפּעליע.

בײַם אָנהייב איז עס געווען אַ סענסאַציע, אַ פֿענאָמען, וואָס מיר אַלע זײַנען מיטגעריסן געוואָרן מיט אים. עס איז געווען לעבעדיק, פֿריילעך, אינטערעסאַנט און מיט חן. די מוזיקער זײַנען געווען ערשטקלאַסיקע, און אַלץ איז געווען אויף אַ העכערן ניוואָ.

„קאָנסערוואַטאָרי בענד‟ אין באָסטאָן מיט הענקוס נעצקי. עס איז געווען ענדי סטאַטמען; „קלעזמעטיקס‟. עס האָבן זיך אָבער געשאַפֿן אַזוי פֿיל אַנדערע גרופּעס, וועלכע מישן קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז. דער מיש־מאַש געפֿעלט מיר נישט. איך האָב ליב די אויסגעהאַלטענע, די עכטע קלעזמער־מוזיק, וואָס איז מעלאָדיש און ריטמיש.

וואָס איז אײַער אַרבעט דאָ הײַנט, אין ייִוואָ?

איך אַרבעט מיט פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס. איך אַרבעט איצט אויף דער מוזיק פֿון דער „היברו עקטאָרס יוניאָן‟ און איך קאַטאַלאָגיר עס.

וואָס פֿאַר אַ קאָלעקציע איז דאָס?

דאָס איז מערסטנטייל מוזיק פֿון אָפּערעטעס. עס זײַנען פֿאַראַן הונדערטער מאַנוסקריפּטן, וואָס מע האָט געשפּילט אין די יאָרן 1880—1940. די מוזיק איז וווּנדערלעך. עס איז אַ שאָד, וואָס מע האָט פֿאַרגעסן די קאָמפּאָזיטאָרן. דאָרטן איז פֿאַרטראָטן מײַקל טולסאָן־טאָמאַס, אַן אייניקל פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי. ער האָט געזוכט לידער פֿון זײַנע זיידעס און באָבעס. זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד האָבן גענוצט די לידער פֿון דעם אַרכיוו פֿאַר זייער שפּיל דאָס „גאָלדענע לאַנד‟. עס איז אַ וווּנדער־שיינע מוזיק, וועלכע מע האָט נישט געדרוקט און זי איז כּמעט פֿאַרלוירן געגאַנגען.

אָבער עס איז פֿאַראַן?

עס איז פֿאַראַן. עס איז דאָ אויך אַ ביסל פֿון גאָלדפֿאַדענען. די מוזיק איז אַזוי פֿײַן און אַזוי פֿיל לידער שטאַמען פֿון די אָפּערעטעס. איך האָב געמאַכט אַ פֿאָרשונג וועגן גאָלדפֿאַדענס מוזיק. איך האָב געמאַכט קאַטאַלאָגן פֿון די קונסטלידער פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן: חפֿץ, ווײַנער און ליִאָ בוקאַרט און זייער מוזיק.

געפֿינען זיך זייערע כּתבֿ־ידן דאָ אין ייִוואָ?

אַלץ איז דאָ אין ייִוואָ. איך קריג אָנפֿראַגעס יעדע וואָך פֿאַר מוזיק, פֿאַר ווערטער, פֿאַר איבערזעצונגען.

וואָס זײַנען די באַדערפֿענישן הײַנט? איר זאָגט, אַז מען קלינגט אײַך. וואָס בעט מען בײַ אײַך? מיט וואָס אינטערעסירט מען זיך?

איך האָב געהאַט אַן אָוונט, וואָס מע האָט דאָ לעצטנס געמאַכט פֿאַר מיר. איך האָב בײַ דעם אָוונט אויסגערעכנט וועגן די לעצטע אָנפֿראַגעס. איך וועל איצט אָנרופֿן בלויז אייניקע:

מע וויל וויסן די ייִדישע ווערטער פֿון דעם באַרימטן ענגלישן „יוביליי־וואַלץ‟; אַן אַלט ליד „איך פֿאָר אַהיים‟; דאָס ליד „דער שוואַרצער פֿויגל אויפֿן סאָלדאַטס קבֿר‟; דאָס פֿאָלקסליד „טשיריבים‟; אַ ליד פֿון דער אונטערוועלט „פֿאַר וואָס ביסטו, קעצעלע, ברוגז‟; דאָס טעאַטער־ליד „שלמהלע און מלכּהלע‟; דאָס ליד וועגן „שוואַרצע אויגן‟; דאָס ליד וועגן מענדל בײליס; אַן אַלט טעאַטער־ליד „גאָט און זײַן מישפּט איז גערעכט‟; און אַזוי ווײַטער. מע האַלט אין איין פֿרעגן.

כּסדר איז דאָ אַ לעבעדיקע פֿאַרבינדונג?

כּסדר. איך האָב אַ געהילף, אַזוי אַז מיר קענען געבן די פֿאַרלאַנגטע אינפֿאָרמאַציע.