קוש־שפּילן זענען נישט גענוג!

Spin-the-Bottle Is Not Enough!


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 17, 2013, issue of January 03, 2014.

די אַמעריקאַנער ייִדן רעדן שטענדיק וועגן דער צוקונפֿט, וועגן דעם, וויפֿל ייִדן וועלן וווינען אין אַמעריקע אין 20 אָדער 50 יאָר אַרום לויט די רעזולטאַטן פֿון דער פֿרישסטער אַנקענטע צי אַנאַליז. ווען מע האָט אַרויסגעלאָזט די רעזולטאַטן פֿון דער ריזיקער „פּיו‟־אַנקעטע מיט צוויי חדשים צוריק, האָט מען אַ חודש לאַנג געהערט ווי די אַמעריקאַנער ייִדן שלאָגן זיך על־חטא וועגן די אומקלאָרע רעזולטאַטן. „וואָס טוען מיר ניט ריכטיק?‟ - האָט מען געפֿרעגט אויף די זײַטלעך פֿון די אַנגלאָ־ייִדישע צײַטונגען. „צו וועלכער רעליגיעזער דענאָמינאַציע וועלן אונדזערע קינדס־קינדער געהערן?‟, „צי גייען די קאָנסערוואַטיווע ייִדן טאַקע באַרג־אַראָפּ?‟, „וואָס מיינט עס, אַז ווייניקער יונגע ייִדן געטרויען ניט דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל אָדער האַלטן אַז ישׂראל איז ניט קיין אינטעגראַלער טייל פֿון זייער אידענטיטעט?‟ און פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿראַגעס, וואָס ליגן הינטער זיי אַלע, כאָטש ווייניק מענטשן האָבן געוואָלט זיי עפֿנטלעך אַרויסזאָגן, זענען געווען: „צי וועלן מײַנע קינדער אָדער אייניקלעך חתונה האָבן מיט ייִדן, און צי וועלן זייערע קינדער פֿאַרבלײַבן ייִדן?‟ בקיצור, ווי דער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער האָט געפֿרעגט: „ווער וועט בלײַבן?/וואָס וועט בלײַבן?‟

בײַ מיר האָט די גאַנצע סומאַטאָכע אויסגעזען ווי אַ מין טראַגיקאָמעדיע; פֿון איין זײַט, האָב איך באַדויערט, וואָס אַזוי פֿיל פֿון מײַנע חבֿרים זענען געווען באַזאָרגט און האָבן זיך ממש אַרומגעשלעפּט אין אַ טיפֿער מרה־שחורה, צוליב די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזיקער „פּיו‟־אַנקעטע; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך זיך זייער גיך געכאַפּט, אַז די אַנקעטע איז געווען שלעכט צונויפֿגעשטעלט און, אַז מע האָט זייער אומפּינקטלעך אַנאַליזירט די רעזולטאַטן. צווישן פֿיל אַנדערע חסרונות האָט זי כּמעט אין גאַנצן ניט פֿאַררעכנט מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַ ייִדישער קולטור אָדער שפּראַך, צווישן די וואָס „באַטייליקן זיך אין דער ייִדישער קהילה‟. נאָך מער, האָט מען אײַנגעשליסן כּמעט נאָר מעטשן, וואָס זענען מיטגלידער פֿון שילן אָדער אידענטיפֿיצירן זיך מיט ישׂראל. לויט אַזאַ שיטה וואָלט איך אַליין געווען אַ „דורכגעפֿאַלענער‟ ייִד.

אָבער מער אַבסורדיש קלינגט פֿאַר מיר, וואָס מע רעדט אַזוי פֿיל וועגן דער צוקונפֿט, און אין דער זעלביקער צײַט ווייסט מען גאָרניט וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט. דער אַקטיאָר און זינגער טעאָדאָר ביקעל האָט אָנגערופֿן דעם דאָזיקן פֿענאָמען אַ „פֿעניקס־עקזיסטענץ‟, זאָגנדיק אין זײַן אינטערוויו מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, אַז „ס‘רובֿ מענטשן הײַנט לעבן אַזוי ווי דער פֿעניקס, אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי מע וואָלט זיך פּלוצלינג סתּם באַוויזן אויף דער וועלט, אָן קיין שום אָבֿות אָדער הינטערגרונט אַזוי ווי פֿון פֿײַער.‟ אַזאַ צוגאַנג צו אידענטיטעט, האָבן, לײדער, אויך די גרויסע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זאָרגן זיך בלויז וועגן דער צוקונפֿט.

לויט מײַן אייגענער דערפֿאַרונג מיט די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איז כּמעט די גאַנצע סטראַטעגיע צו שאַפֿן אַ ייִדישע צוקונפֿט צו פֿאַרזיכערן אַז יונגע ייִדן זאָלן פֿאַרברענגען וואָס מער צײַט מיט אַנדערע יונגע ייִדן.

פֿון דעם האַלט מען אַז זיי וועלן פֿילן זיך מער באַקוועם צווישן אייגענע און עווענטועל חתונה האָבן מיט אַן אַנדערן ייִד. מע אָרגאַניזירט כּלערליי פּראָגראַמען וואָס דאַרפֿן צוציִען יונגע־לײַט: צו 15 יאָר בין איך, למשל, געגאַנגען שפּילן אין קעגליעס (bowling) ממש אויף אַ גאַנצער נאַכט, מיט מער ווי אַ הונדערט אַנדערע ייִדישע מיטלשול־סטודענטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך 4:00 אַזייגער אין דער פֿרי האָבן ס׳רובֿ פֿון אונדז פֿאַרלוירן דעם אינטערעס אין דער שפּיל און האָבן געפֿלירטעוועט מיט מיידלעך; אַ פּאָר פֿון אונדז האָבן מצליח געווען זיי אײַנצורעדן מיטצושפּילן אין בעסערע שפּילן אַזוי ווי די קוש־שפּיל „דריי דאָס פֿלעשל.‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז גאַנץ נאַטירלעך, וואָס אַ סך יונגע ייִדן האָבן זייערע ערשטע קושן און סעקסועלע איבערלעבענישן פֿאַרזוכט אין די ייִדישע יוגנט־גרופּעס און אין ייִדישע זומער־קאָלאָניעס. כּדאַי אויך צו באַמערקן, אַז אַ סך פֿון די „געבורטסרעכט‟־גרופּעס דערמוטיקן זייערע אָנטייל־נעמערס (געוויסע מער סובטיל ווי אַנדערע) „צונויפֿצופּאָרן‟ זיך אויף דער רײַזע. ניט ווייניקער ווי צען חבֿרים האָבן מיך פּרובירט אײַנצורעדן צו פֿאָרן אויף „געבורטסרעכט‟, און כּמעט אַלע האָבן דערנאָך דערמאָנט דעם „פֿאַקט‟, אַז ס׳איז גרינג אויף אַזאַ רײַזע צו געפֿינען מיט וועמען צו שלאָפֿן.

איך בין חלילה, ניט, פּוריטאַניש ווען עס קומט צו אַזעלכע ענינים; און מע קען ניט לייקענען, אַז אַזעלכע מעגלעכקייטן ציִען צו יונגע־לייט. אָבער ס׳זעט מיר אויס, אַז אַ גרויסער אמת וואָס ליגט הינטער אַזאַ מין העדאָניזם האָט אַ דירעקטן שײַכות מיטן פֿאַרגעסן וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט, דער ייִדישער קולטור און סתּם אַלצדינג ייִדיש — און מע האָט קיין בעסערס ניט, מיט וואָס צוציִען מענטשן. דאָס איז ניט נאָר אַ פּראָבלעם פֿון די ליבעראַלע דענאָמינאַציעס און סעקולערע קרײַזן. ווי שׂרה־רחל שעכטער האָט דערמאָנט אין איר אַרטיקל „אַסימילירטע פֿרומע לײַט‟, זענען אַפֿילו די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע אַמעריקאַנער ייִדן כּמעט אין גאַנצן אַסימילירט געוואָרן ווײַל חוץ פֿון זייער רעליגיע, האָבן זיי קיין שום ייִדישן יסוד. כאָטש מע שפּילט ניט קיין „דריי דאָס פֿלעשל‟ בײַ זיי, בלײַבט דער פֿאַקט נאָך אַלץ, אַז ס׳רובֿ פֿון זייערע פֿאַרווײַלערישע אַקטיוויטעטן האָבן ניט קיין שום ייִדישן אינהאַלט.

זייער עסן שפּיגלט גוט אָפּ דעם מצבֿ. פֿאַראַכטאָגן האָב איך און אַ חבֿר מײַנער, וואָס האַלט כּשר, געוואָלט אָפּעסן אין אַ רעסטאָראַן וואָס סערווירט עכטע אַשכּנזישע מאכלים, אָבער די אַלע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס ער האָט געקענט, סערווירן סושי אָדער איטאַליענישע מאַכלים, אָדער פֿראַנצויזיש עסן, אָדער פֿאַלאַפֿל; און די אַלע רעסטאָראַנען וואָס איך קען וועלכע סערווירן עכטע ייִדישע מאכלים, מחוץ באָראָ־פּאַרק, האָבן ניט קיין הכשר! איז, פֿאַרפֿאַלן, האָבן מיר געגעסן כּשרע סושי.

בקיצור, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרגעסן, אַז אָן קיין גוטע קענטעניש, פֿון דער פֿאַרגאַנגעהייט, קען מען ניט בויען קיין צוקונפֿט. די „פּיו‟־אַנקעטע האָט באַוויזן, אַז אויב די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן גאָרנישט צוצוגעבן, אַחוץ רעליגיע, וואָס איז אַנדערש פֿון דעם וואָס אַלע אַנדערע יונגע אַמעריקאַנער טוען, וועלן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן פּשוט טאָן אָט די זאַכן מיט אַנדערע. פֿאַרוואָס, למשל, זאָל מען גיין לויפֿן „סקי‟ מיט אַ ייִדישער חבֿרה, ווען מע קען עס אויך טאָן מיט יונגע־לײַט פֿון דעם זעלביקן אוניווערסיטעט?

נאָך מער: איך האַלט, אַז דער גאַנצער באַגריף, וואָס הייסט אַ „ייִדישע צוקונפֿט‟, איז בײַ זיי בעצם אַ נאַרישע. מע וויל, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן האָבן קינדער — וואָס זענען ייִדן לויט דער הלכה. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז דווקא גאָרניט שלעכט אָדער נאַריש וועגן דעם. די צרה באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס איז מער־ווייניקער דער איינציקער אופֿן, ווי אַזוי זיי מעסטן, צי די ייִדישע קהילה איז „דערפֿאָלגרײַך‟ מיטן שאַפֿן די „ייִדישע צוקונפֿט.‟ אָבער וואָס גיט עס אַז אַ סך ייִדן חתנוה האָבן טאַקע מיט אַנדערע ייִדן און ווייסן גאָרניט בכלל וועגן ייִדישער קולטור, ייִדישע שפּראַכן און דער ייִדישער געשיכטע?

בײַ מיר איז עמעצער, וואָס האָט נאָר אַ ייִדישן טאַטן, וואָס פֿאַרינטעריסירט זיך באַמת מיט ייִדישקייט, און לערנט זיך אויס אַפֿילו אַ ביסל ייִדיש אַ סך וויכטיקער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, ווי אַ פֿולבלוטיקער ייִד, וואָס דאָס פּינטעלע ייִד גייט אים אין גאַנצן ניט אָן. און פֿאַר וואָס איז עס דווקא בעסער, אַז 3,000 ייִדישע צענדילינגער זאָלן אין דער זעלביקער נאַכט שפּילן אין קעגליעס און פֿלירטעווען אין פֿאַרשידענע שטעט איבער גאַנץ אַמעריקע, איידער אויסלערנען נאָר 20 עכט־פֿאַראינטעריסירטע יונגע־לײַט וועגן עפּעס באַמת ייִדישלעכס?

איך מיין, אַז אונדזערע פּריאָריטעטן זענען באַמת אין גאַנצן פֿאַרדרייט. וואָס טויג אַ צוקונפֿט, אין וועלכער קיינער ווייסט גאָרניט וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט? און צי האָט אַזאַ צוגאַנג אַ צוקונפֿט בכלל?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.