באַזונדערס ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿיעס?

Jewish Photographer‘s Lens?

בערניס אַבאָטס פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער הינער־קראָם, אויסגעשטעלט איצט אויף דער שיקאַגער אויסשטעלונג „מאַקס קאָזלאָף: אַ קריטיקער און אַ פֿאָטאָגראַף‟.
Christies
בערניס אַבאָטס פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער הינער־קראָם, אויסגעשטעלט איצט אויף דער שיקאַגער אויסשטעלונג „מאַקס קאָזלאָף: אַ קריטיקער און אַ פֿאָטאָגראַף‟.

פֿון מנחם וועקער (Forward)

Published December 18, 2013, issue of January 03, 2014.

נײַן נאָך נישט געפֿליקטע הינער הענגען אויף האָקנס בײַם פֿענצטער פֿון אַ קראָם. זייערע פֿיסלעך דערמאָנען אַ „כאַמסאַ‟ — די פּאָפּולערע ייִדישע קמיעה — און זייערע קערפּערס זעען אויס ווי אַן איבערגעקערטע איקאָנע מיטן צעקרייצטן אַפּאָסטל פּעטער. די עכטע עופֿות קאָנטראַסטירן מיט די קאַריקאַטורישע אילוסטראַציעס פֿון אַ האָן און אַ קאַטשקע אויף דער וויטרינע. אין דעם פֿאַל, שיידט זיך גאַנץ שאַרף אונטער דאָס רעאַלע לעבן פֿון קונסט.

די קראָם, באַגלייט מיט אַ שילד אויף ייִדיש, איז געשילדערט אויף בערניס אַבאָטס פֿאָטאָגראַפֿיע „דער הינער־מאַרק, 55 אויף דער העסטער־סטריט, מאַנהעטן, 11טער פֿעברואַר, 1937‟. אַ טייל פֿון דער ייִדישער אויפֿשריפֿט, מיט אַ מגן־דוד אינעם צענטער, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טראַנסליטעראַציע פֿון ענגלישע ווערטער; עס שטייט געשריבן, אַז אינעם געשעפֿט ווערן פֿאַרקויפֿט פֿרישע שטרענג כּשרע הינער, וואָס ווערן געשאָכטן יעדע שעה. די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיע ווערט איצט אויסגעשטעלט, צווישן 80 אַנדערע בילדער, אינעם שיקאַגער קונסט־מוזיי. די אויסשטעלונג הייסט „מאַקס קאָזלאָף: אַ קריטיקער און אַ פֿאָטאָגראַף‟.

דער „פֿעדעראַלער קונסט־פּראָיעקט‟ האָט געשטיצט אַבאָטס סעריע פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס „דער זיך־ענדערנדיקער ניו־יאָרק‟. די פֿאָטאָגראַפֿין איז נישט געווען אַ ייִדישע פֿרוי. קאָזלאָף, וועלכער האָט, אינעם יאָר 2002, אָרגאַניזירט די אויסשטעלונג „ניו־יאָרק: די הויפּטשטאָט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע‟ אינעם שטאָטישן ייִדישן מוזיי, האָט אָבער אײַנגעשלאָסן אירע בילדער, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע נישט־ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן, אַרײַנגערעכנט לויִס הײַן און וואָקער איווענס. ס׳רובֿ בילדער אין יענער אויסשטעלונג, ווי ריטשאַרד וווּדוואַרד האָט דעמאָלט באַמערקט אין דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן רעפּרעזענטירט אַ ייִדישן בליק אויף דער שטאָט.

די הײַנטיקע עקספּאָזיציע אין שיקאַגע באַשטייט פֿון בערך 30 קאָזלאָפֿס אייגענע ווערק און 45 פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַנדערע אויטאָרן. אין פֿאַרגלײַך מיט דער דערמאָנטער אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק, פֿאַרנעמט די ייִדישע טעמע אַ קלענער אָרט. פֿונדעסטוועגן, ווײַזן אַ טייל אײַנגעשלאָסענע בילדער אינטערעסאַנטע חילוקים צווישן די ייִדישע און נישט־ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן.

אינעם יאָר 1929, האָט איווענס פֿאָטאָגראַפֿירט אַ מיידל אויף דער פֿולטאָן־סטריט, נידער־מאַנהעטן. די העלדין פֿון זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע זעט אויס ווי אַן אָרגאַנישער טייל פֿונעם שטאָטישן תּוהו־ובֿוהו; די פֿרוי ווערט פֿאַרזונקען אינעם ים פֿונעם ניו־יאָרקער לאַנדשאַפֿט. להיפּוך, ווערט אויף לויִס סטאָומענס בילד פֿון טײַמס־סקווער, געמאַכט אין 1940, געוויזן אַ מאַן, וואָס שטאַרצט בולט אַרויס פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה.

אין זײַן עסיי, האָט קאָזלאָף פֿאַרגליכן די דאָזיקע צוויי בילדער און באַטראַכט איווענס פּערספּעקטיוו ווי אַ נישט־ייִדישע, און סטאָומען — דווקא ווי אַ ייִדישע. לויט זײַן מיינונג, קאָן דער חילוק האָבן צו טאָן מיט דעם, וואָס אין די אינטימע באַציִונגען פֿון ייִדן שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע די זאָרג וועגן אַסימילאַציע. דער העלד פֿון סטאָומענס פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַ מענטש, וואָס זיצט אינעם רוישיקסטן פּלאַץ פֿון דער שטאָט, און פֿאָרט בלײַבט ער עלנט און פֿרעמד.

דער דאָזיקער אַספּעקט פֿון קאָזלאָפֿס קונסט־קריטיק בלײַבט סתּירותדיק. צי קאָן מען טאַקע באַמערקן אַן ערנסטן חילוק צווישן די ווערק פֿון ייִדישע און אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿן? צי קאָן מען זאָגן, אַז די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿישע רעפּרעזענטאַציעס פֿון ניו־יאָרק זענען געשאַפֿן געוואָרן דווקא דורך ייִדן. פֿונדעסטוועגן, פֿאַר מיר פּערזענלעך איז גאַנץ קלאָר, אַז קאָזלאָפֿס פּערזענלעכע פּערספּעקטיוו האָט טאַקע אַ בפֿירוש ייִדישן טעם. סײַ די שטיצער, סײַ די קעגנער פֿון דער „ייִדישער טעאָריע‟ פֿון פֿאָטאָ־קונסט וועלן הנאָה האָבן פֿון דער הײַנטיקער אויסשטעלונג און פֿון קאָזלאָפֿס בוך „ניו־יאָרק: די הויפּטשטאָט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע‟.