פּראָטעסטן און אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע

Protests And Anti-Semitism in Ukraine

אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם רעגירונג אין קיִעוו, דעם 18טן דעצעמבער
Getty Images
אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם רעגירונג אין קיִעוו, דעם 18טן דעצעמבער

Published December 19, 2013, issue of January 03, 2014.

מיטוואָך, דעם 18טן דעצעמבער, האָט דער אוקראַיִנישער פּרעמיער־מיניסטער, מיקאָלאַ אַזאַראָוו, געמאָלדן, אַז דער אָפּמאַך מיט רוסלאַנד האָט געראַטעוועט זײַן לאַנד פֿון באַנקראָט און וועט העלפֿן צו סטאַביליזירן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ. רוסלאַנד האָט פֿאָרגעלייגט צו קויפֿן די אוקראַיִנישע מלוכישע חובֿות־אָבליגאַציעס אויף אַ סומע פֿון 15 מיליאַרד דאָלאַר און אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז פֿונעם נאַטור־גאַז. דער אָפּמאַך האָט אַרויסערופֿן מאַסן־פּראָטעסטן פֿון די קריטיקער, וועלכע האָבן באַשולדיקט דעם פּרעזידענט, וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, אינעם „פֿאַרקויפֿן אוקראַיִנע‟ צו רוסלאַנד, אַנשטאָט צו אַנטוויקלען אַ נעענטערע פֿאַרבינדונג מיטן אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.

בעת די פּראָטעסטן, האָבן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן נישט איינמאָל זיך באַנוצן מיט דער אַנטיסעמיטישער רעטאָריק און געלויבט די נאַציס. דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער אַמעריקאַנער סענאַט פֿאָרגעלייגט אַ בשותּפֿותדיקע רעזאָלוציע פֿון אַ צאָל רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן, וועלכע רופֿט צו לייזן דעם קאָנפֿליקט אין אוקראַיִנע אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן און אויסצומײַדן אַנטיסעמיטיזם.

די מחברים „פֿאָדערן בײַ אַלע פּאָליטישע פּאַרטייען צו זײַן געהיט פֿון העסלעכע רעדעס און אַקציעס, וואָס האָבן אַן אַנטיסעמיטישן צי אַן אַנדער כאַראַקטער, וואָס צעטיילט דאָס אוקראַיִנישע פֿאָלק‟. די סענאַטאָרן האָבן אויך גערופֿן דעם סינאַט אָנצוּווענדן קאָנקרעטע סאַנקציעס קעגן די, וואָס טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די גוואַלד־אַקציעס קעגן די דעמאָנסטראַנטן — למשל, אָפּצוזאָגן זיי צו באַקומען אַן אַמעריקאַנער וויזע אָדער צו פֿאַרפֿרירן זייערע באַנק־קאָנטעס.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען צענדליקער דעמאָנסטראַנטן פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת אַ ברוטאַלער פּאָליציי־אָבלאַווע; מיט עטלעכע שעה שפּעטער, האָבן זיי ווידער אָנגעהויבן בויען באַריקאַדעס. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיך די ייִדן פֿאַרזאַמלט אין דער קיִעווער „בראָדסקי־שיל‟, כּדי מתפּלל צו זײַן לטובֿת זייער לאַנד. דער אוקראַיִנישער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, משה אַסמאַן, האָט דערקלערט, אַז די ייִדישע קהילה קאָן נישט בלײַבן גלײַכגילטיק אין אַזאַ אומרויִקער סיטואַציע.