געפּאַקטע זאַלן פֿאַר אַן אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקן דזשעז־פּיאַניסט

Packed Houses for Ukrainian-Born Pianist

וואַדים נעסעלאָווסקי
וואַדים נעסעלאָווסקי

פֿון פֿיליפּ לאָץ (Forward)

Published December 22, 2013, issue of January 17, 2014.

דער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר וואַדים נעסעלאָווסקי האָט אויסגעזען אין זײַן הוילער ברוקלינער סטודיאָ אַ ביסל אומרויִק. ער האָט זיך ערשט געהאַט אומגעקערט פֿון אַ זעקס־שטאָטישן טור אין זײַן היימלאַנד, אוקראַיִנע און רוסלאַנד, וווּ ער און זײַן מיטשפּילער — דער אָנגעזעענער האָרן־שפּילער, אַרקאַדי שילקלאָפּער — האָבן שטאַרק אויסגענומען.

דאָ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ער אָבער געהאַט אַ סך אַנדערע זאַכן אויפֿן קאָפּ: צוויי מוזיקאַלישע אַלבאָמען, וואָס ער דאַרף פֿאַרשפּרייטן, אַ סאָלאָ־טור אין קאָרעע, זײַן קאַפּעליע, Agricultural Dreams, ווי אויך אַ פּלאַן צונויפֿצושטעלן אַ פּראָיעקט לזיכּרון דעם חורבן. אַחוץ דעם, איז ער אַ לערער אינעם בערקלי מוזיק־קאָלעדזש אין באָסטאָן.

אַ דאַר ייִנגל אין אָדעס, איז ער געווען אַ צוויי־פֿאַכיקער זשעני: שוין דעמאָלט האָט מען אים אָנגענומען אין אוניווערסיטעט צו שטודירן פֿיזיק, ווי אויך צו שטודירן קאָמפּאָזיציע אין דער קאָנסערוואַטאָריע. נאָכן באַקענען זיך מיט עטלעכע אָרטיקע דזשעז־מוזיקער, האָט ער אָנגעהויבן קויפֿן דזשעז־פּלאַטעס אויפֿן „שוואַרצן‟ מאַרק, וואָס די מאַטראָסן פֿלעגן אַרײַנשמוגלען. ערשט דעמאָלט איז מוזיק געוואָרן זײַן ערשטע ליבע.

ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן איז שוין געווען גרינגער צו באַקומען די „פֿאַרווערטע‟ פּלאַטעס, אָבער ווייניקער געלט איז געבליבן זיי צו קויפֿן. דערצו האָט דער טאַטע אָנגעהויבן באַקומען ווייניקער שׂכירות בײַ דער אַרבעט, איז די משפּחה געוואָרן נאָך אָרעמער.

”בײַ מײַן ערשטן ’גיג‘ אין אָדעס, האָב איך שוין פֿאַרדינט מער פֿון אים,“ האָט נעסעלאָווסקי זיך באַרימט.

צו 17 יאָר, האָט ער און זײַן משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין דײַטשלאַנד. זייער לעצטע נאַכט אין אָדעס האָט ער שפּעטער פֿאַראייביקט אין אַ ליד, אַדאַפּטירט פֿון אַ מעלאַנכאָלישער מעלאָדיע, וואָס ער האָט יענע נאַכט געהערט בײַ אַ רוסישן טאַקסי־פֿירער.

”אַלץ האָב איך דאָרט איבערגעלאָזט“, האָט ער געזאָגט. ”מײַנע בעסטע פֿרײַנד, די קאָנסערוואַטאָריע, וואָס איז מיר געווען אַזוי נאָענט צום האַרצן, די שטאָט אָדעס, וואָס איך האָב אַזוי ליב, און געקומען אַהער אין דער נײַער וועלט.“

נעסעלאָווסקי איז באַקאַנט פֿאַרן שרײַבן קאָמפּליצירטע ווערק, און זאָגט, אַז אַמאָל באַקומט ער געמישטע רעאַקציעס פֿונעם עולם. ”איך בין דווקא צופֿרידן, ווען איך דערפֿיל, אַז דער עולם איז אַ ביסל צעטרייסלט. מוזיק דאַרף זײַן פּראָוואָקאַטיוו,“ האָט ער געזאָגט.