אַמעריקאַנער בית־עולמס אויף צרות

Many US Jewish Cemeteries in Neglect


פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published December 22, 2013, issue of January 17, 2014.

ניו־יאָרק. — אין אַ געוויסן בית־עולם מיט אַ לאַנגער, וויכטיקער געשיכטע, זעט מען הײַנט אַ צאָל איבערגעקערטע מצבֿות, פֿאַרוואַקסן מיט ווילדגראָז, און באַדעקט מיט געפֿאַלענע צווײַגן, ליידיקע ביר־פּושקעס און שפּײַז־זעקלעך. צו אַ פֿערטל פֿון די קבֿרים איז ממש אוממעגלעך צוצוקומען.

אַפֿילו נאָך דעם וואָס מע האָט אויסגעגעבן $140,000 אויפֿצוראַמען און פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, מוז דער בית־עולם, וואָס נעמט אַרײַן 35,000 מצבֿות, זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן גענאָד פֿון אַ נישט־ייִדישן וואָלונטיר צו פֿאַרריכטן די מצבֿות, פּלויטן און מאַווזאָלייעס.

געוויינטלעך, הערט מען אַזוינע באַריכטן וועגן די בית־הקבֿרותן אין מיזרח־אייראָפּע, אָבער דאָ רעדט זיך וועגן דעם ”בייסײַד־בית־עולם“ אין קווינס, ניו־יאָרק. בערך 40־50 פֿון די אָפּגעלאָזענע בית־הקבֿרותן געפֿינען זיך אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, און איבערן לאַנד — אָן אַ שיעור אַנדערע.

אַ סך פֿון די בית־עולמס געהערן צו שילן, ייִדישע פֿאַרבאַנדן אָדער דער אָרטיקער חבֿרה־קדישא, וואָס עקזיסטירן מער נישט אָדער האַלטן בײַם אונטערגיין. ווען אַ בית־עולם ברענגט שוין מער נישט אַרײַן קיין רווח — פֿרישע קבֿרים — גייט אויס דער בודזשעט, סײַדן די פֿאַרוואַלטונג האָט פֿון פֿריִער געהאַט געגרינדעט פֿאָנדן פֿאַר דער צוקונפֿט. אין בייסײַד, קאָסט יעדעס יאָר $90,000 אויפֿצוהאַלטן דעם בית־עולם.

”אויב מע וועט נישט ענדערן דעם אופֿן ווי מע פֿירט די פֿאַרוואַלטונג פֿון די בית־הקבֿרות, וועלן כּמעט אַלע פֿון זיי נישט קענען באַצאָלן די הוצאָות זיי אויפֿצוהאַלטן במשך פֿון די קומעדיקע 25־50 יאָר נאָך דעם, ווי זיי פֿאַרקויפֿן דעם לעצטן קבֿר,“ האָט דערקלערט גאַרי קאַץ, פּרעזידענט פֿון דער ”ניו־יאָרקער קהילה־אַסאָציאַציע פֿון פֿאַרוואָרלאָזטע בית־עולמס“ — אַ גרופּע געגרינדעט אין 2007 און געשטיצט, צום גרעסטן טייל, דורך דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעדעראַציע.

הגם בײַ ס׳רובֿ נישט־פּראָפֿיט־בית־עולמס געפֿינט זיך אַ תּקנה, אַז זיי מוזן אַוועקלייגן אַ געוויסן פּראָצענט פֿון זייער רווח לטובֿת אַן עולמות־פֿאָנד פֿאַר דער צוקונפֿט — צווישן 10 און 40 פּראָצענט — זאָגן די עקספּערטן, אַז אַזאַ סומע איז פּשוט נישט גענוג צו פֿאַרזיכערן, אַז אַ בית־עולם וועט בלײַבן פֿינאַנציעל זיכער. דערצו זענען אַ סך בית־הקבֿרותן רעגיסטרירט ווי רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס און זענען דערפֿאַר פֿרײַ פֿון די מלוכישע פֿאָדערונגען. אין אַזוינע בית־עולמס, קענען די אייגנטימער פֿון אַ משפּחה־שטח בכלל נישט וויסן, צי דער שטח, וואָס זיי האָבן באַשטעלט, וועט אויפֿגעהאַלטן ווערן מיט דורות שפּעטער.

אין אַ סך שטעט דאַרף די ייִדישע קהילה איצט זאַמלען געלט צו ראַטעווען די בית־עולמס. די אָרגאַניזאַציע ”בית־עולמס פֿונעם סינסינאַטי־ראַיאָן“ איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004 און האָט זינט דעמאָלט שוין געזאַמלט 6 מיליאָן דאָלאַר. אַן ענלעכע אָרגאַניזאַציע אין מאַסאַטשוסעטס, געגרינדעט אין 1984, היט אָפּ 108 בית־עולמס, און האָט שוין געזאַמלט 10 מיליאָן דאָלאַר.

אָבער ס׳רובֿ קהילות האָבן נישט אַזאַ קאָלעקטיוו צו היטן די בית־עולמס פֿונעם ראַיאָן. דוד זינער, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ”כּבֿוד וניחום“, אַ לאַנדישע אָרגאַניזאַציע וואָס לערנט מענטשן צו ווערן וואָלונטירן אין אַ חבֿרי־קדישא, זאָגט, אַז אַלע קהילות מוזן זיך פֿאַרנעמען מיט דעם ענין וואָס גיכער. ”וואַרט נישט ביז ס׳איז צו שפּעט,“ האָט זינער געזאָגט. ”יעדער בית־עולם דאַרף שוין אַרײַננעמען אין דער פֿאַרוואַלטונג אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַלגעמיינער קהילה.“