פּוטינס אַ ניטל-מתּנה

Vladimir Putin’s Christmas gift

מיכאַיִל כאָדאָרקאַווסקי בעת זײַן פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין בערלין
Getty Images
מיכאַיִל כאָדאָרקאַווסקי בעת זײַן פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין בערלין

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 24, 2013, issue of January 17, 2014.

קיינער האָט עס ניט דערוואַרט. איך מיין די פּלוצעמדיקע, ממש טעאַטראַלע באַפֿרײַונג פֿון מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקין. דאָס איז געשען ווי אַ טייל פֿון אַן אַמנעסטיע, וואָס לאָזט אַרויס פֿון טורמעס אַ סך לײַט, אַרײַנגערעכנט אַפֿילו די צוויי יונגע פֿרויען פֿון דער פּאַנק-גרופּע „פּוסי רײַאָטס‟. פֿאַר וואָס האָט מען עס געטאָן? און פֿאַר וואָס איז די „באַרעמהאַרציקייט‟ געקומען גראָד איצט?

וולאַדימיר פּוטין איז אויסגעשולט געוואָרן ווי אַ „קאַ-גע-בע‟-אַגענט, אָבער ער פֿאַרשטייט זייער גוט, ווי אַזוי צו מאַכן אַ טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג. צוריק גערעדט, איז עס אַ טייל פֿון יעדער אויטאָריטאַרער סיסטעם. מיר געדענקען גוט פֿון דער געשיכטע, ווי אויך פֿון אונדזער צײַט, אַז אַ זעלבסטהערשער, אַ דיקטאַטאָר איז, בדרך-כּלל, אויך אַן אַקטיאָר.

אידעאָלאָגיש שטעלט מיט זיך פּוטינס רוסלאַנד פֿאָר אַ ווילדן געמיש פֿון צאַרישע און סאָוועטישע טראַדיציעס. אַ צענטראַל אָרט פֿאַרנעמט אין זיי די מורא, אַז די מערבֿדיקע וועלט וועט אָנשטעקן רוסלאַנד מיט אירע סאָציאַלע קרענק. מע איז דאָך זיכער דאָרטן, אַז דער „מערבֿ‟ גייט אונטער, ווערט צעפֿוילט, דעגראַדירט. און ווי אַ בולטן סימן-מובֿהק פֿון דעם דאָזיקן אונטערגאַנג־פּראָצעס זעט מען האַמאָסעקסועלקייט.

די שׂינאה צו האָמאָסעקסועלע איז אַ פּועל-יוצא נאָך פֿון איין אייגנאַרטיקייט פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט, דהײַנו: מע האָט פֿײַנט אַנדערשקייט. פֿון דעם שטאַמט אויך דער ברייט פֿאַרשפּרייטער ראַסיזם און, בכלל, קסענאָפֿאָביע, וואָס מע זעט דאָרטן אויף טריט און שריט. און דער מערבֿדיקער עולם איז אויך אַנדערש, באַציט מען זיך צו אים אויך מיט עפּעס אַ חשד.

פּוטין און זײַן אַרום קולטיווירן די דאָזיקע סקעפּטישע צי אַפֿילו מיליטאַנטיש-פֿײַנטלעכע באַציִונג צום מערבֿ. פֿון דעם שטאַמען די געזעצן קעגן „פּראָפּאַגאַנדע פֿון האָמאָסעקסועלקייט‟. גלײַכצײַטיק, וויל מען זיך ניט אין גאַנצן איזאָלירן פֿון דעם געפֿערלעכן, שוין גוססדיקן אויסלאַנד. קודם-כּל, וואָלט דאָס געווען קאַטאַסטראָפֿאַל פֿאַר דער רוסלענדישער עקאָנאָמיע. דערצו האָבן אַ סך רײַכע רוסן צווייטע, דריטע וכ’ הײַזער און דירות איבער דער גאָרער וועלט. זייערע קינדער לערנען זיך אין אויסלאַנד. אַזוי אַז מע מוז קאָמבינירן צוויי ווידעראַנאַנדיקע מינים רעטאָריק — פֿאַר דעם רוסלענדישן המון און פֿאַר דער אויסלענדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט.

צוויי פּנימער האָט, אַ שטייגער, דער ריזיקער פּראָיעקט פֿון דורכפֿירן אין סאָטשי די ווינטערדיקע אָלימפּישע שפּילן. און דורכצופֿירן עס אויף אַזאַ אופֿן, אַז דאָס פֿאָלק אין רוסלאַנד זאָל עפֿענען די מײַלער און זיי לאַנג ניט קענען פֿאַרמאַכן, זײַענדיק פֿאַרכּישופֿט מיט דער גרויסקייט פֿון זייער מלוכה. אָבער די דאָזיקע שפּילן קענען האָבן אַ שלעכטן אויסזען, טאָמער זיי וועלן זײַן בויקאָטירט דורך דער מערבֿדיקער וועלט. און אייניקע סימנים פֿון אַזאַ בויקאָט זעט מען שוין איצט, ווען אַ מלוכה-פֿירער נאָך אַ מלוכה-פֿירער זאָגט זיך אָפּ צו קומען קיין סאָטשי.

די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט פּוטינען אָפּגעטאָן גאָר אויף טערקיש. ערשטנס, האָט מען געשטעלט בראָש דער אָפֿיציעלער דעלעגאַציע דזשענעט נאַפּאָליטאַנאָ, וואָס איז אַ געוועזענער מיטגליד פֿון דעם קאַבינעט. צווייטנס, האָט מען אין דער דעלעגאַציע אַרײַנגענומען צוויי פֿרויען, וואָס מאַכן ניט קיין סוד פֿון זייער ניט-הויפּטשטראָמיקער סעקסועלקייט. און דער פּרעזידעט באַראַק אָבאַמאַ וועט זיך אין סאָטשי ניט באַווײַזן; ער האָט שוין וועגן דעם געלאָזט וויסן אי די רוסן, אי דער וועלט.

האָט פּוטין אַוועקגעלייגט אונטער דעם מערבֿדיקן ניטל-בוים אַ מתּנה. כאָדאָרקאָווסקיס באַפֿרײַונג איז, בלי-ספֿק, דער טײַערסטער טייל פֿון דעם געשאַנק. אמת, די באַפֿרײַונג זעט אויס מער ווי אַן אַרויסשיקונג פֿון לאַנד. אַ פּריוואַטער עראָפּלאַן, געשיקט פֿון דײַטשלאַנד, האָט געבראַכט כאָדאָרקאָווסקין קיין בערלין. נאָר דאָרטן האָבן די זשורנאַליסטן געהאַט אַ צוטריט צו אים.

אַ צאָל פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבונדן מיט אָט דער סענסאַציאָנעלער באַפֿרײַונג. ערשטנס, צי מע וועט עס אין אויסלאַנד טאַקע אויפֿנעמען ווי עפּעס אַ יש? מע דאַרף דאָך ניט זײַן באַזונדערס איבערגעשפּיצט צו פֿאַרשטיין, אַז פּוטין האָט דערמיט זייער בולט דעמאָנסטרירט, ווי זײַן לאַנד איז שרעקלעך ווײַט פֿון די מערבֿדיקע סטאַנדאַרטן פֿון גערעכטיקייט. אין רוסלאַנד עקזיסטירן די געזעצן באַזונדער פֿונעם רעאַלן לעבן, די ריכטער זײַנען געשטעלט אויסצופֿילן באַפֿעלן „פֿון אויבן‟, און פּרוּוון צופּאַסן די געזעצן צו די באַפֿעלן. לויט דעם דאָזיקן פּרינציפּ האָט מען כאָדאָרקאָווסקין פֿאַרשפּאַרט; לויט דעם זעלבן פּרינציפּ איז ער באַפֿרײַט געוואָרן.

צווייטנס, וועט דאָס ווײַטערדיקע לעבן אַנטפּלעקן די ראָלע, וועלכע כאָדאָרקאָווסקין איז באַשערט צו שפּילן איצט, ווען ער איז אויף דער פֿרײַ. דערווײַל איז לחלוטין ניט קלאָר, אויף וויפֿל ער איז פּאָפּולער בײַ די רוסן און צי ער איז מסוגל צו ווערן אַ טוער. זײַן ייִדישער פֿאָטער האָט אים געגעבן אַ פּנים, וואָס זעט אויס גאָר ניט רוסיש, און דאָס קען זײַן איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וועלכער וועט אָפּשטויסן דעם רוסישן המון. און מע געדענקט, אַז ער געהערט, פֿון דעסטוועגן, צו דער גרופּע לײַט, וועלכע האָבן אַזוי אָדער אַנדערש טאַקע צעשלעפּט פֿעטע שטיקער פֿון דער סאָוועטישער עקאָנאָמיע. די אויספֿרעגן, וואָס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין האַרבסט, ווײַזן, אַז ווייניקער פֿון אַ העלפֿט רוסן האָבן אונטערגעהאַלטן די אידעע פֿון אים באַפֿרײַען.