דער שענסטער אין דער ראָטע

The Best in the Military

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 24, 2013, issue of January 17, 2014.

ציוניזם און דער אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל האָבן געשאַפֿן אַ נײַע געשטאַלט פֿון אַ ייִד אַ זעלנער. לױט דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, זײַנען די ייִדן אין גלות געװען פֿיזיש שװאַך און האָבן ניט געהאַט קײן נטיה פֿאַר מיליטערישער דינסט. און װען די מלוכה האָט זײ גענײט צו דינען אין דער אַרמײ, איז דאָס געװען אַ ביטערער נסיון פֿאַר ייִדן, אָבער אױך ניט קײן גרױסער געװינס פֿאַר דער אַרמײ, װײַל קײן גוטע זעלנער זײַנען די ייִדן טאַקע ניט געװען. מיט דעם זײַנען געװען מסכּים אױך די גלות־נאַציאָנאַליסטן, װי למשל, ש. אַנ־סקי. ער האָט געהאַלטן, אַז דער יסוד פֿון דער ייִדישער גבֿורה איז געװען רוחניות און ניט גשמיות, װי בײַ די אומות־העולם.

דער ייִדישער זעלנער איז דער העלד פֿון דער נײַער אַרומנעמיקער פֿאָרשונג פֿונעם היסטאָריקער דערעק פּענסלאַר, „ייִדן אין דעם מיליטער: אַ געשיכטע‟. פּענסלאַר באַמערקט, אַז נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז דאָס גאַנצע געביט פֿון מיליטערישער געשיכטע אַרױס פֿון דער אַקאַדעמישער מאָדע, און ערשט לעצטנס, האָט מען זיך פֿון דאָס נײַ גענומען פֿאַר שטודירן אַרמײען און מלחמות אונטער די נײַע, סאָציאַלע און קולטורעלע, קוקװינקלען. מען באַטראַכט די מיליטער װי אַ באַשטאַנדטײל פֿון פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקײט; און ייִדן האָבן זיך באַטײליקט דערין, װי װײַט זײ זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. פּענסלאַר הײבט אָן זײַן געשיכטע מיט אַ קורצן איבערזיכט פֿון דער עלטערער תּקופֿה, אָבער זײַן הױפּט־אינטערעס ליגט אין די מאָדערנע צײַטן. דער טראַדיציאָנעלער רבנישער גלױבן, אַז מלחמה איז פֿאַר עשׂו און ניט פֿאַר יעקבֿ, האָט זיך ניט גוט צוגעפּאַסט צו דער פּאָליטישער פֿילאָסיפֿיע פֿון דער השׂכּלה. די משׂכּילים אין פּרײַסן, עסטרײַך און רוסלאַנד האָבן געהאַלטן, אַז ייִדן מוזן אויספּרוּװן זײער געטרײַשאַפֿט צו דעם לאַנד, אין װעלכן זײ װױנען, און פֿאַר דעם װעלן זײ באַלױנט ווערן מיט פֿולע בירגערלעכע רעכט. אַזאַ פּאָזיציע האָט געשטעלט האַרבע קשיאות אי פֿאַר די פּני פֿון די ייִדישע קהילות, אי פֿאַר עמך. למשל, װי אַזױ קאָנען זיך די ייִדן שלאָגן מיט זײערע ברידער, װאָס דינען אין דער פֿײַנטלעכער אַרמײ?

עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אײנער פֿון די װיכטיקסטע און שאַרפֿזיניקסטע טעאָרעטיקער און קריטיקער פֿונעם מאָדערנעם מיליטערישן װעלטבאַנעם איז געװען דער געשמדטער פּױלישער ייִד, יאַן בלאָך. אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז בלאָך באַקאַנט װי דער שטיצער פֿון דער ערשטער סטאַטיסטישער עקספּעדיציע אין פּױלישע שטעטלעך, װאָס י. ל. פּרץ האָט פֿאַראײביקט אין זײַן „בילדער פֿון דער פּראָװינץ־רײַזע‟. אָבער נאָך מער באַרימט איז בלאָך װי אַ מיליטערישער דענקער. זײַן שטודיע „די צוקונפֿט פֿון דער מלחמה‟ לערנט מען ביז הײַנט אין די אַמעריקאַנער מיליטערישע שולן. בלאָך איז געװען צװישן די סאַמע גרעסטע אינדוסטריעלע מאַגנאַטן אין דער רוסישער אימפּעריע, און ער האָט געקאָנט נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט פֿאָרױסזען דעם שױדערלעכן עפֿעקט פֿון מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס פֿון מאַסן־מאָרד.

דער מאַסן־פּריזיװ פֿון ייִדישע רעקרוטן האָט זיך אָנגעהױבן אין דער האַבסבורג־אימפּעריע סוף 18טן יאָרהונדערט. דער פּראָגער רבֿ יחזקיאל לאַנדױ האָט געהאַלטן אַ דרשה פֿאַר די ערשטע 25 ייִדישע רעקרוטן און געגעבן יעדן אַ טלית מיט תּפֿילין, און אַ סידור. צום סוף פֿון זײַן דרשה, האָבן סײַ ער, סײַ די רעקרוטן זיך צעװײנט. די האַבסבורג־אימפּעריע, זאָגט פּענסלאַר, גיט אונדז דעם „שליסל־קאָמפּאָנענטן‟ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער מיליטערישער געשיכטע: דעם באַגער פֿון דער מאָדערנער מלוכה צו מאָביליזירן אַלע מעגלעכע רעסורסן — די ייִדישע עליטע, װאָס װיל דערװײַזן זײער געטרײַשאַפֿט צו דער מלוכה; און די פּראָסטע ייִדן, װאָס װילן אױסמײַדן די ביטערע מיליטערישע דינסט מיט אַלע מיטלען.

די ערשטע װעלט־מלחמה האָט דאָס אַלץ פֿאַרשאַרפֿט אױף אַ דראַמאַטישן אופֿן. די ייִדישע פֿירער אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך־אונגאַרן, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד האָבן הײס געשטיצט זײערע רעגירונגען און דערמוטיקט די ייִדן צו גײן אױפֿן פֿראָנט. קײן סך דאַנקבאַרקײט האָבן די ייִדן פֿאַר דעם ניט באַקומען, אָבער פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אײראָפּע האָט די מלחמה געבראַכט אַ סך לייד. די ציוניסטן, מיט זשאַבאָטינסקי בראָש, האָבן אױסגענוצט די מלחמה, כּדי צו שאַפֿן אײגענע ייִדישע מיליטערישע כּוחות, דעם „ייִדישן לעגיאָן‟ אינעם באַשטאַנד פֿון דער בריטישער אַרמײ, װאָס איז געװאָרן דער יסוד פֿון דער מיליטערישער אָרגאַניזאַציע אינעם פּאַלעסטינער ייִשובֿ.

ייִדן האָבן זיך גאַנץ אַקטיװ באַטײליקט אין דעם שפּאַנישן בירגערקריג אױף דער זײַט פֿון דער רעפּובליקאַנער אַרמײ. ס‘רובֿ פֿון זײ זײַנען געװען קאָמוניסטן און אַנאַרכיסטן פֿון מיזרח־אײראָפּע, און זײ האָבן באַטראַכט די דאָזיקע מלחמה װי אַ קאַמף קעגן זײער אײגענעם שׂונא, דעם פֿאַשיזם. אײנצײַטיק האָט דער פּאַלעסטינער ייִשובֿ געמוזט מאָביליזירן זײַנע מיליטערישע כּוחות קעגן די אַראַבער.

אָבער דאָס איז געװען בלױז אַ הקדמה צו דער צװײטער װעלט־מלחמה. דאָ האָבן די ייִדן שױן ניט געהאַט קײן ברירה און געמוזט זיך שלאָגן קעגן די נאַציס (הגם, װי עס באַמערקט פּענסלאַר, זײַנען אַ קלײנע צאָל ייִדן געװען אױך אױף דער נאַצי־זײַט, װי למשל, אין דער פֿינישער אַרמײ). בסך־הכּל האָבן אַרום אַן אַנדערהאַלב מיליאָן ייִדן געדינט אין דער סאָװעטישער, אַמעריקאַנער, בריטישער, פּױלישער און אַנדערע אַרמײען פֿון דער אַנטי־נאַצי קאָאַליציע. יעדער דריטער ייִד אין דער רױטער אַרמײ איז געפֿאַלן אױפֿן פֿראָנט, אין פֿאַרגלײַך מיט בלױז 1.5 פּראָצענט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ. דער שפּאַנישער בירגער־קריג און די צװײטע װעלט־מלחמה האָבן דערװיזן, אַז די מאָדערנע ייִדן זײַנען גרײט צו קעמפֿן אויף מלחמות, װען זײ האַלטן, אַז עס גײט אין זײער לעבן.