עדגאַר בראָנפֿמאַן, געשטאָרבן צו 84 יאָר

Edgar Bronfman Dies at 84

עדגאַר בראָנפֿמאַן
עדגאַר בראָנפֿמאַן

פֿון ייִט״אַ

Published December 24, 2013, issue of January 17, 2014.

ניו־יאָרק. — עדגאַר בראָנפֿמאַן, דער געוועזענער משקה־מאַגנאַט און פֿירנדיקער ייִדישער פֿילאַנטראָפּ, איז שבת ניפֿטר געוואָרן צו 84 יאָר.

ווי דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, האָט בראָנפֿמאַן איבערגעצײַגט די שווייצער בענק צו באַשטימען מער ווי 1 ביליאָן דאָלאַר לטובֿת די לעבן געבליבענע פֿון חורבן און זייערע יורשים. ווי אַ פֿילאַנטראָפּ, האָט ער געהאָלפֿן צו גרינדן און פֿינאַנצירן אַ ריי פּראָיעקטן צו פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידעניטעט בײַ דער יוגנט.

במשך פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן, האָט בראָנפֿמאַן מיטגעאַרבעט מיט זײַן טאַטן, סעמיועל בײַ זײַן פֿירמע — דאָס הצלחהדיקע משקה־געשעפֿט, Seagram Ltd. ער איז געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿירמע אין 1971.

מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט בראָנפֿמאַן אָנטיילגענומען אין אַ דעלעגאַציע קיין רוסלאַנד, צו דריקן אויפֿן קרעמל צו געבן די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מער רעכט. ער האָט שפּעטער דערקלערט, אַז די נסיעה האָט בײַ אים דערוועקט אַן אינטערעס אינעם ייִדישן פֿאָלק.

ווען בראָנפֿמאַן איז געוואָרן דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס אין 1981, האָט ער — אַחוץ זײַן קאַמף מיט די שווייצער בענק — גערופֿן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צו לאָזן די ייִדן עמיגרירן; האָט אַנטפּלעקט די נאַציסטישע געשיכטע בײַם הויפּט פֿון דער „יו־ען‟, קערט וואַלדהײַם, און זיך באַמיט צו פֿאַבעסערן די ייִדישע באַציִונגען מיטן וואַטיקאַן. אין 1991 האָט ער גערופֿן פּרעזידענט דזשאָרדזש ה. וו. בוש צו דריקן אויף דער „יו־ען‟ צו אַנולירן די רעזאָלוציע, וואָס האָט באַצייכנט דעם ציוניזם ווי ראַסיזם.

אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט ער, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער „סימיועל בראָנפֿמאַן פֿונדאַציע‟, געווידמעט ס׳רובֿ פֿון זײַן צײַט, כּוח און געלט פֿאַר ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע צוועקן. ער האָט געגרינדעט די Bronfman Youth Fellowship — אַ פּראָגראַם, וואָס ברענגט צונויף ייִדישע מיטלשול־תּלמידים פֿון ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. אין די 1990ער האָט ער זיך באַמיט צו פֿאַרשטאַרקן די „הילל‟־נעץ אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן. אין 2002 האָט ער פֿינאַנצירט אַ דיגיטאַלישע דערציִונג־זײַט, MyJewishLearning, וואָס נעמט אַרײַן אַ זײַט פֿאַר ייִדישע עלטערן, Kveller, און ווערט געזען בערך 1 מיליאָן מאָל יעדן חודש.

בראָנפֿמאַן און זײַן ערשטע פֿרוי, אַן לאָוב, האָבן געהאַט פֿינף קינדער, און מיט זײַן צווייטער פֿרוי, דזשאָרדזשאַנאַ וועב, האָט ער געהאַט נאָך צוויי קינדער. אין 1994 האָט ער חתונה געהאַט מיט דער קינסטלערין, דזשען אַראָנסאָן. ער האָט אויך פֿאַראָבֿלט 24 אייניקלעך און 2 אור־אייניקלעך; זײַן ברודער, טשאַרלס און זײַן שוועסטער, פֿיליס לאַמבערט.