אַנטבלױזטע קבלה

The Kabbalah Unveiled

קאָנסטאַנטין בורמיסטראָװ און זײַן בוך „ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און קבלה: געשיכטע, פּראָבלעמען, אײַנפֿלוסן‟
קאָנסטאַנטין בורמיסטראָװ און זײַן בוך „ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און קבלה: געשיכטע, פּראָבלעמען, אײַנפֿלוסן‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 27, 2013, issue of January 17, 2014.

די הײַנטיקע מאָדע אױף קבלה האָט טיפֿע היסטאָרישע װאָרצלען. שױן אינעם 17טן יאָרהונדערט האָבן די קבליסטישע אידעען און אימאַזשן אױפֿגעװעקט אַן אינטערעס אין פֿאַרשידענע גײַסטלעכע סבֿיבֿות, סײַ ייִדישע און סײַ קריסטלעכע. די סיבות זײַנען געװען פֿאַרשידענע: די אַנטװיקלונג פֿון ביכערדרוק, װאָס האָט געשאַפֿן אַ ברײטן אײראָפּעיִשן מאַרק פֿאַר העברעיִשע און ייִדישע ספֿרים; די שאַרפֿע רעליגיעזע מחלוקות און פֿילאָסאָפֿישע סיכסוכים, און משיחיסטישע שטימונגען, װאָס װערן כּסדר שטאַרק אין די צײַטן פֿון גרױסע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע אױפֿרודערונגען.

די נײַע פֿאָרשונג פֿון קאָנסטאַנטין בורמיסטראָװ, דעם רוסישן קולטור־היסטאָריקער, װעלכער פֿאַרנעמט זיך ספּעציעל מיט די גילגולים פֿון דער ייִדישער קבלה אינעם קריסטלעכן געדאַנק, באַהאַנדלט פֿאַרשידענע פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע שטראָמונגען, װאָס שטאַמען פֿון קבליסטישע מקורים. זײַן בוך טראָגט אַ טרוקענעם אַקאַדעמישן טיטל „ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און קבלה: געשיכטע, פּראָבלעמען, אײַנפֿלוסן‟, אָבער אינעװײניק װעט מען געפֿינען אַ סך פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאַקטן און מעשׂיות.

אינעם קורצן היסטאָרישן איבערזיכט פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע באַמערקט דער מחבר, אַז די ייִדישע חכמים אין אַלע צײַטן האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אױף דער אַקטיװער האַנדלונג, „מעשׂה‟, און ניט אױף די טעאָרעטישע חקירות. פֿאַר זײ איז טעאָריע געװען אַ דינסטמױד פֿון פּראַקטיק. די ייִדישע מיסטיקער האָבן געזוכט „טעמי־המיצװת‟, כּדי צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ בעסער אױסצופֿירן יעדן פּרט פֿון יעדער מיצװה בכּװנה. דװקא דער דאָזיקער אַקטיװער אַספּעקט פֿון קבלה האָט צוגעצױגן יענע קריסטלעכע דענקער, װעלכע האָבן געזוכט נײַע מיטלען פֿאַר איבערמאַכן די װעלט.

אױף דער שפּיץ פֿון די רעליגיעזע מחלוקות צװישן קאַטױליקער און פּראָטעסטאַנטן אינעם מיט־17טן יאָרהונדערט זײַנען אױפֿגעקומען אַ היפּשע צאָל ראַדיקאַלע פּראָטעסטאַנטישע סעקטעס, װאָס האָבן געגלייבט, אַז די װעלט שטײט בײַ זײַן סוף. זײ האָבן געזוכט ענטפֿערס אױף זײערע ברענענדיקע שאלות אין דער ייִדישער ירושה, און דער עיקר, אין דער קבלה נוסח ר׳ יצחק לוריא פֿון צפֿת.

די צענטראַלע פֿיגור אין דער דאָזיקער באַװעגונג איז געװען דער דײַטשישער באַראָן קריסטיאַן קנאָר פֿאָן ראָזענראָט (1636־1689). ער איז געבױרן געװאָרן אין שלעזיען און האָט געפּראַװעט גלות איבער אײראָפּע אינעם זוכן מיסטישע קענטענישן. אין פֿראַנקפֿורט און אַמסטערדאַם האָט ער זיך באַקענט מיט די ייִדישע מקובלים און זיך אױסגעלערנט לשון־קודש; און צום סוף פֿון זײַן נע-ונד האָט ער באַקומען אַ קאַנצלער־שטעלע בײַם גראַף פֿון פּפֿאַלץ–זולצבאַך, אַ קלײן מלוכהלע אין בײַערן.

דער גראַף קריסטיאַן־אױגוסט איז געװען אַן אוהבֿ־ישׂראל און האָט דערלױבט די ייִדן צו װױנען אין זײַן לאַנד. מען האָט געעפֿנט אַ ייִדישע דרוקערײַ און אַפֿילו געלערנט לשון־קודש אין די קריסטלעכע שולן. קנאָר פֿאָן ראָזענראָט האָט דאָ צונױפֿגעזאַמלט אַ קרײַז פֿון קריסטלעכע חכמים, װאָס האָבן שטודירט קבלה. אונטער זײַן השגחה האָבן זײ צונױפֿגעשטעלט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון קבליסטישע שריפֿטן אין דער לאַטײַנישער איבערזעצונג, און באַזאָרגט זי מיט פּרטימדיקע פּרושים, אונטער דעם טיטל „קאַבאַלאַ דענודאַטאַ‟ — „אַנטבלױזטע קבלה‟.

ביזן 19טן יאָרהונדערט איז דאָס דאָזיקע צװײ-בענדיקע װערק געבליבן די סאַמע פֿולסטע פּובליקאַציע פֿון קבליסטישע מקורים אױף אַן אײראָפּעיִשער שפּראַך. דער װיכטיקסטער מקור איז געװען „ספֿר הזוהר‟, װאָס קנאָר האָט אױך געלאָזט דרוקן אין דער זולצבאַכער דרוקערײַ. חוץ דעם, האָט ער גענוצט דעם ספֿר „פּרדס רמונים‟ פֿון ר׳ משה קורדובֿירו, װי אױך כּתבֿ־ידן פֿון ר׳ חיים ויטאַל און אַנדערע תּלמידים פֿון ר׳ יצחק לוריא, װאָס ער האָט געקראָגן דורך זײַנע ייִדישע קאָנטאַקטן.

דער צװעק פֿון דער דאָזיקער ריזיקער אונטערנעמונג איז געװען צו װײַזן, אַז די גאַנצע ייִדישע קבליסטישע טראַדיציע האָט קריסטלעכע װאָרצלען. קריסטן מוזן לערנען קבלה, האָט געהאַלטן קנאָר, כּדי משׂיג צו זײַן צו דעם געהײמען מהות פֿון זײער אײגענער אמונה. אָבער זײַנע חקירות האָבן געהאַט אױך אַ פּראַקטישן אַספּעקט: צו ברענגען די ייִדן צום קריסטנטום. און דאָ שטעקט אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע, זאָגט בורמיסטראָװ: װאָס פֿאַר אַ מין קריסטנטום האָט קנאָר געהאַט אין זינען? בורמיסטראָװ האַלט, אַז די קריסטלעכע מקובלים האָבן געהאַט בדעה צו שאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע סינטעטישע ייִדיש־קריסטלעכע אמונה און אַזױ אַרום אומצוקערן קריסטנטום צו זײַנע ייִדישע װאָרצלען. דערבײַ װעלן די ייִדן אױך פֿאַרשטײן, אַז קײן טיפֿע נפֿקא־מינה צװישן די בײדע אמונות איז גאָר ניטאָ, װײַל אַלע קריסטלעכע חידושים זײַנען שױן פֿאַראַן אין דער קבלה.

אַזױ אַרום, שליסט בורמיסטראָװ, האָט קנאָר פֿאָן ראָזענראָטס באַצװעקט זײַן מיסיאָנערישן פּראָיעקט סײַ אױף ייִדן און סײַ אױף קריסטן. און דער עיקר, איז דערין געװען דער פּראַקטישער באַגריף פֿון תּיקון־עולם דורכן שאַפֿן אַ נײַע װעלט־רעליגיע.

דער זולצבאַכער פּראָיעקט האָט אױפֿגעװעקט אַ שטאַרקן אינטערעס צו קבלה צװישן דער קריסטלעכער אינטעליגענץ אין גאַנץ אײראָפּע. צװישן די לײענער פֿון „קאַבאַלאַ דענודאַטאַ‟ זײַנען געװען אַזעלכע באַרימטע דענקער און געלערנטע װי לײַבניץ, דזשאָן לאָק און אײַזעק ניוטאָן. אינטערעסאַנט איז אױך די השפּעה פֿון דער „קריסטלעכער קבלה‟ אױף די רוסישע „פֿרײַע מאַסאָנען‟ אינעם 18טן יאָרהונדערט.

אין זײערע כּתבֿ־ידן האָט בורמיסטראָװ אַנטדעקט אַ היפּשע צאָל בילדער פֿון „אילנות‟, סכעמאַטישע צײכענונגען פֿון קבליסטישע ספֿירות, װאָס זאָגן עדות, אַז די רוסישע מאַסאָנען זײַנען געװען באַקאַנט מיט דער קבלה ניט נאָר דורך דער פֿאַרמיטלונג פֿון די אײראָפּעיִשע מקובלים, נאָר אױך דירעקט. דערבײַ אָבער זײַנען זײ געבליבן געטרײַ זײער פּראַװאָסלאַװנער אמונה. בורמיסטראָװ פֿירט דעם סך־הכּל פֿון זײַן פֿאָרשונג: „אין אַן איבערגעאַנדערשטער און צוגעפּאַסטער פֿאָרם זײַנען די קבליסטישע אידעען געװאָרן אַן אינטעגראַלער באַשטאַנדטײל פֿון דער אײראָפּעיִשער קולטור.‟