לכּבֿוד משה סחר — מיט אַ גרינעם טרױם

In Honor of Moshe Sahar- With a Green Dream

מאירה אילן, פֿאָרשטייערין פֿון „אמי‟, באַגריסט משה סחר, 2010
Bella Bryks-Klein
מאירה אילן, פֿאָרשטייערין פֿון „אמי‟, באַגריסט משה סחר, 2010

פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם

Published December 31, 2013, issue of January 17, 2014.

גאָרניט אָפֿט פּאַסירט מיט אַ פּאָעט װאָס באַהאַלט זיך ניט אין זײַנע שורות און ער אַנטפּלעקט פּאָעטיש זײַן װעלט סײַ אין זיך און אױך אין זײַן אַרום. מיר װעלן עס באַלד הערן אין זײַן ליד. דערװײַל אײניקע װערטער װעגן משה סחר, װאָס זיצט כּסדר צװישן אונדז און מיר הערן ניט פֿון אים קײן װאָרט. ער אַלײן האָט אַמאָל געזאָגט אין אַן אינטערװיו, און איך ציטיר: „רײדן, רעד איך טאַקע פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער, נאָר אַז עס קומט צו אַ מיקראָפֿאָן, באַקום איך אַ קרעם‟ — ס’מײנט עס נעמט אים אָפּ דאָס לשון; זאָג איך, אַז בײַ אונדז איז דװקא פֿאַרקערט: בײַם רײדן װעגן משה סחר, קומען די װערטער מיט פֿרײד און אָפּשאַצונג צו אים.

אפֿשר איז פֿאַראַן, װער עס װײס ניט, משה סחר איז געקומען קײן ישׂראל אין יאָר 1948, נאָך דעם װי ער מיט זײַן משפּחה זײַנען געװען פֿאַרשיקט קײן סיביר, אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין ישׂראל האָט ער זיך באַטײליקט אין דער באַפֿרײַונגס־מלחמה אין ירושלים, אַ תּקופֿה װאָס האָט געלאָזט גורלדיקע שפּורן אין זײַנע שפּעטערדיקע שאַפֿונגען. ער האָט אױך געלערנט ליטעראַטור בײַ אַזעלכע לערער װי לאה גאָלדבערג, דבֿ סדן און איז דערנאָך אַלײן געװען אַ פֿילבאַרער לערער.

איצטער לאָמיר אַרײַנבליקן אין זײַן שעפֿערישן פּאָרטרעט, װאָס איז גאָרניט לײַכט צו צײכענען. ס’איז װיכטיק צו זאָגן, אַז ער לעבט סײַ אין עבֿרית און סײַ אין ייִדיש. זײַן קענטשאַפֿט און נאָענטקײט צו ייִדיש איז ניט משלים געװען מיט דער ייִדיש־אײנזאַמקײט, װוּ זײַן באַריר צו בײדע שפּראַכן האָט ניט אײן מאָל פֿאַרמעקט די פֿרעמדקײט אין לאַנד צװישן ייִדיש און עבֿרית.

משה סחר איז אַ פֿילזײַטיקער קינסטלער און אױך אַ פֿילבאַדײַטיקער אין זײַן קונסט־טעטיקײט. ער איז אַ פּאָעט, אַ מאָלער, אַ צײכענער, אַ ליד־פֿאַרפֿאַסער און צו אַלץ אַ װוּנדערלעכער איבערזעצער, װאָס דאָס אַלײן איז אַ טעמע פֿאַר זיך.

משה סחר איז ממש אַ גבֿיר װאָס קען זיך אױסדריקן אין מער װי אין אײן זשאַנער, ער אַלײן האָט אַמאָל געזאָגט: “טעאַטער איז אײנע פֿון מײַנע קרענקען”.

דײַן בלאָ
פֿון משה סחר
כ’זע דיך, װעלט, דורך מײַנע פֿענצטער,
שטאַרק פֿאַרנעפּלט איז דײַן בלאָ.
אפֿשר האָסטו אַלע שטראַלן –
אין מײַן פֿענצטער ביסטו גראָ.
כ’װיש דעם טױ פֿון מײַנע פֿענצטער
און דער טױ בלײַבט װי געװען;
כ’זע דיך װעלט אַזױ פֿיל יאָרן,
כ’האָב דײַן בלאָ נאָך נישט געזען.

דערלױבט מיר צו פֿאַרענדיקן מיט מײַנס אַ ליד פֿאַר משה סחר נאָך דעם װי כ’האָב געזען זײַן בילדער־אױסשטעלונג. וווּ ס‘ווערט פֿאַרוואַנדלט זײַן וועלט אין פּאָעזיע, מאָלערײַ און מוזיק.

אַ בילד.
די צװײ לצנים
זײַנען ערנסטע לײַט,
װען ניט די קאָלירן
װאָלטן מיר פֿון דער זײַט
אַ טרערל דערזען
באַהאַלטן אין בליק,
װוּ בלױז די קאָלירן
דערצײלן פֿון גליק –
לאַכן זײ אױס אַ װעלט,
אָט די צװײ,
און מיר – קומען באָרגן
די פֿרײד װאָס אין זײ.
רבֿקה באַסמאַן בן־חײם