מעגלעכע נאַצי־גנבֿות אינעם „בונדעסטאַג‟

Possible Nazi-Looted Art in German Parliament

דער דײַטשישער פּאַרלאַמענט
דער דײַטשישער פּאַרלאַמענט

פֿון ייִט״אַ

Published January 02, 2014, issue of January 17, 2014.

די דײַטשישע פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז צוויי בילדער, וואָס באַצירן דעם פּאַרלאַמענט־בנין אין בערלין, קאָנען זײַן נאַצי־גנבֿות, קאָנפֿיסקירט אָדער געקויפֿט פֿאַר געצוווּנגענע נידעריקע פּרײַזן פֿון די אָריגינעלע בעלי־בתּים.

נישט לאַנג צוריק, האָט די דײַטשישע צײַטונג „בילד‟ איבערגעגעבן די דאָזיקע ידיעה. שפּעטער, האָט אַן אַנדער צײַטונג, „די וועלט‟, דורכגעפֿירט אַן אויספֿאָרשונג און אויסגעפֿונען, אַז איינס פֿון די קונסט־ווערק אינעם פּאַרלאַמענט־בנין קומט פֿון אַ סתּירותדיקן קוואַל.

מיט צוויי חדשים צוריק, האָט די פּאָליציי מפֿרסם געווען אַן אומדערוואַרט געפֿינס: אַ ריזיקע קונסט־זאַמלונג, וואָס איז געלעגן אין אַ מינכענער דירה בײַ קאָרנעליט גורליט — דער עלטערער זון פֿון הילדעבראַנד גורליט, אַ קונסט־הענדלער פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. לויט דער אויספֿאָרשונג פֿון די זשורנאַליסטן, שטאַמט דאָס בילד אינעם פּאַרלאַמענט פֿון אַ גאַלעריע, וואָס האָט געהערט צום פֿעטער פֿונעם דאָזיקן הענדלער.

דער דײַטשישער פּאַרלאַמענט — „בונדעסטאַג‟ — האָט איבערגעגעבן, אַז די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן אָנגעהויבן צו באַהאַנדלען דעם ענין. די אַכט מיטגלידער פֿונעם „ראַט פֿאַר קונסט־ענינים‟, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעזידענט, האָבן שוין באַשטעטיקט, אַז ביידע בילדער זענען נישט צוגעגנבֿעט געוואָרן פֿון די נאַצי־אָקופּירטע לענדער.

דאָס ערשטע גרויסע איילבערט־בילד פֿון געאָרג וואַלטענבערגער, געשאַפֿן אינעם יאָר 1905, טראָגט דעם נאָמען „דער קאַנצלער בילאָוו רעדט אינעם רײַכסטאַג‟ און העגנט איצט אין אַ קאָרידאָר פֿונעם „בונדעסטאַג‟־בנין. דאָס צווייטע, לאָוויס קאָרינטס ליטאָגראַפֿיע „אַ גאַס אין קעניגסבערג‟, פֿונעם יאָר 1918, געפֿינט זיך אין אַ מער באַשיידן אָרט, וווּהין עס דרינגט נישט אַרײַן דאָס זון־ליכט. „די וועלט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די ליטאָגראַפֿיע איז אָפּגעדרוקט געוואָרן דורך דער בערלינער גאַלעריע פֿון פֿריץ גורליט — דער דערמאָנטער פֿעטער פֿונעם סתּירותדיקן קונסט־הענדלער.

דיעטער גראַומאַן, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם דײַטשישן „צענטראַלן ייִדישן ראַט‟, האָט אין זײַן שמועס מיט דער צײַטונג „בילד‟ גערופֿן דעם פּאַרלאַמענט צו מאַכן זײַן קונסט־קאָלעקציע מער צוטריטלעך פֿאַרן ברייטערן עולם און העלפֿן די אויספֿאָרשער צו געפֿינען די יורשים פֿון מעגלעך־צוגעגנבֿעטע ווערק. אין די לעצטע יאָרן, האָט דער „בונדעסטאַג‟ שוין אומגעקערט אַ צאָל בילדער.