„ייִדיש איז מײַן אוצר‟

“My Yiddish, My Treasure”

סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „ייִדיש איז מײַן אוצר‟. פֿון רעכטס: דאָרין גאָלדמאַן און מאָטי גלעדי
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „ייִדיש איז מײַן אוצר‟. פֿון רעכטס: דאָרין גאָלדמאַן און מאָטי גלעדי

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 03, 2014, issue of January 31, 2014.

„אױב איר זעט ליכט בײַם עק פֿון טונעל, — האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן דער גרױסער אַמעריקאַנער געלערנטער באַרי קאָמאָנער, — הײסט עס, אַז איר קוקט אין אַ ניט קײן ריכטיקער זײַט‟. דער־אָ אַ ביסל כעלעמער אױסדרוק קומט מיר אױפֿן שׂכל, װען איך לײען די צענדליקער אָפּטימיסטישע באַריכטן װעגן די לערן־און־קולטור אונטערנעמונגען אין דער ייִדישװעלט. יעדער קרעכץ, װעלכער לאָזט זיך הערן פֿון דער ייִדישער קונסט־כאַטקע, װערט באַהאַנדלט און באַפּוצט, װי אַ תּימנישע כּלה. אױב אַלץ איז אַזױ גוט, טאָ פֿאַר װאָס איז אַלץ אַזױ שלעכט? אָבער װעגן דעם — אַן אַנדערס מאָל.

די טעאַטער־לײַט װײסן, װי שװער איז צו אַרבעטן איבער אַ פֿאָרשטעלונג אינעם פּאַראָדיע־זשאַנער. די סכּנות דערוואַרטן די קינסטלער אױף יעדן שריט און טריט; יעדעס װאָרט און יעדע באַװעגונג דאַרף זײַן אָפּגעמאָסטן און צוגעפּאַסט, אַנדערש קען מען זײער לײַכט איבערטרײַבן און באַלעסטיקן די אָביעקטן פֿון די פּאַראָדיעס. אַ פֿאָרשטעלונג אין דעם דאָזיקן זײער אינטערעסאַנטן, און אין דער זעלבער צײַט, זײער סכּנהדיקן זשאַנער, איז אַ זעלטנקײט אױף דער ייִדישער בינע. איך דערמאָן זיך ניט, כ’זאָל אַ מאָל געווען זען אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג אינעם פּאַראָדיע־זשאַנער. סאַטירישע פֿאָרשטעלונגען אין אַנדערע שפּראַכן זײַנען דאָ אַ סך, אָבער אױף ייִדיש, מײן איך, איז די פֿאָרשטעלונג „ייִדיש איז מײַן אוצר‟ פֿון די זעלטענע אין דעם זשאַנער, כאָטש אין אײראָפּע און אין אַמעריקע זענען פּאַראָדיעס שוין פֿון לאַנג זייער פּאָפּולער.

דעם אמת געזאָגט, הײַנטיקע טעג איז שװער צו געפֿינען אַן „אַװאַנטוריסט‟, װעלכער װאָלט אינװעסטירט אַ מיליאָן שקלים אין אַ רײן ייִדישער פֿאָרשטעלונג. מע דאַרף זײַן זײער פֿאַרליבט אין ייִדיש, כּדי צו פֿאַרלירן דעם קאָפּ פֿון אַזאַ „פֿײַערדיקער ליבע‟, װײַל די סכּנה צו פֿאַרלירן אַ מיליאָן איז ניט קלענער, װי די אינװעסטיציעס אין דער זאַמד־אינדוסטריע אין סאַהאַרע־מידבר. אָבער מאָטי גלעדי, אַ גערױכערטע ליולקע, איז איבערצײַגט, אַז זײַן נײַער ייִדישער פּראָיעקט װעט געפֿינען סײַ אַ ברייטן פּובליקום און סײַ גוטע אימפּרעסאַריאָס.

די טעקסטן פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנגעשריבן מאָטי גלעדי, משה סחר און אַני הקטן. אינעם ספּעקטאַקל נעמען אָנטײל נאָר צװײ אַקטיאָרן — מאָטי גלעדי און זײַן טאָכטער, דאָרין גאָלדמאַן. אַ טײל סצענעס זײַנען באַגלײט מיט אַ טאַנץ־דועט — יוליע און אַלעקס מישאַק. אַ גרופּע מוזיקער אונטער דער לײַטונג פֿון גלעד כּץ, זײַנען אַן אָרגאַנישער טײל פֿון דער פֿאָרשטעלונג.

דער ספּעקטאַקל באַשטײט פֿון דרײַ צונױפֿגעװעבטע בלאָקן: סאַטירישע מאָנאָלאָגן און דיאַלאָגן אױף די אַקטועלע טעמעס מיט אַ שטים־אימיטאַציע פֿון די פּאָפּולערע ייִדישע און ניט־ייִדישע פּערסאָנאַזשן, דהײַנו, שמעון פּערעס, בנימין נתניהו, באַראַק אָבאַמאַ, באַשעװיס־זינגער און אַנדערע. דער צװײטער בלאָק זײַנען די פּאַראָדיעס אין ייִדיש אױף די גאָר פּאָפּולערע לידער: „צוריק אין סאָרענטאָ‟ איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין „שׂרה־יענטע‟, „באַמבאָלעאָ‟ — אין „באָבע לאה‟, „טשע בעלאַ קאָזאַ‟ — אין “צי קען אַ קאָזע?…‟, אד”ג. דער דריטער בלאָק איז צונױפֿגעשטעלט פֿון די באַליבטע לידער אין אױטענטישער איבערזעצונג אױף ייִדיש מיט אַ שטים־אימיטאַציע פֿון די באַװוּסטע זינגערס: לעאָנאַרד כּהן, שאַרל אַזנאַװוּר, איװ מאָנטאַן, פֿרענק סינאַטראַ, דזשודי גאַרלאַנד און דזשאָן לענאָן.

בײַם אָנהײב פֿון דער אַרבעט איבער דער פֿאָרשטעלונג איז געװען פֿאַרפּלאַנירט אַ נאָסטאַלגיע־בלאָק פֿון די אַמאָליקע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, נאָר די „נאָסטאַלגיע־אידעע‟ איז אָפּגעװאָרפֿן געװאָרן, און אַנשטאָט די אַלטע לידער זײַנען אַרײַנגעשטעלט געװאָרן די שפּאָגל נײַע לידער און סקיצעס פֿון די הײַנטצײַטיקע מחברים.

די פֿאָרשטעלונג האָט געפֿאָדערט אַ לעבעדיקן מינדלעכן קאָנטאַקט אױף ייִדיש מיטן צושױער, און אױף חידושים, איז דער דיאַלאָג „בינע־צושױער‟ געװאָרן אױף אַזױ װײַט חבֿריש, אַז ער האָט פֿאַרלענגערט די פֿאָרשטעלונג אױף אַ פֿערטל שעה.

עס איז איבעריק צו רעדן װעגן דער פּראָפֿעסיאָנעלקײט פֿון מאָטי גלעדי. דער ייִדישער צושױער האָט נאָך ניט פֿאַרגעסן זײַן גלענצנדיקע פֿאָרשטעלונג „ייִדישע געשעפֿטן‟, 1990. אַגבֿ, אין יענער פֿאָרשטעלונג אױף ייִדיש האָט אָנגעהױבן איר סצענישע קאַריערע מאָטיס דעמאָלט־נײַן־יאָריקע טאָכטער דאָרין. איצט, נאָך אַ לענגערער לערן־תּקופֿה, האָט זי זיך אומגעקערט אױף דער בינע, און דװקא אין אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג. די יונגע שױשפּילערין באַהערשט אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מיטלען פֿון דער בינע־קונסט — פֿון דער טיפֿער ליריק ביז דער שאַרפֿער פּאַראָדיע.

די פֿאָרשטעלונג „ייִדיש איז מײַן אוצר‟ איז, אײגנטלעך, געװען אַ גענעראַל־רעפּעטיציע אין אָנװעזנהײט פֿונעם ברײטן פּובליקום, אָבער איבער הױפּט — פֿאַר אַ גרופּע אימפּרעסאַריאָס, װעלכע האָבן געדאַרפֿט אָננעמען אַ באַשלוס, צי האָט אָט די־אָ פֿאָרשטעלונג אַ שאַנס צו האָבן אַ דערפֿאָלג בײַם ייִדישן און ניט קײן ייִדישן צושױער, סײַ אין לאַנד און סײַ אין אױסלאַנד. גוט, אַן אימיטאַציע אָדער אַ פּאַראָדיע אױף אַ פּאָפּולער ליד דערקענט מען באַלד; אָבער די סקעטשן אױף ייִדיש פֿאָדערן דאָך אַ פּובליקום מיט ייִדיש, אױב ניט אױף דער צונג, טאָ כאָטש אין אױער, און דער עיקר, אין האַרצן. און בכלל, קײן פּאַראָדיסטן פֿעלן ניט אױף דער װעלט, אָבער אַן אימיטאַטאָר איז אין אַלע שפּראַכן גאָר אַ זעלטענע קונסט־צװײַג. און נאָך אײן זאַך: די פֿאָרשטעלונג איז געמאַכט געװאָרן מיט אַ װאַרעם, װױל געפֿיל צו די אָביעקטן פֿון די פּאַראָדיעס.

דער ספּעקטאַקל איז לײַכט אין באַנעם און זײער דינאַמיש. און, צי קען דען זײַן אַנדערש, װען אױף דער בינע גײען אַרױף שױשפּילער, װעלכער, אױף צו להכעיס די ביוראָקראַטן פֿון ייִדיש, ברענגען דעם פּובליקום די לעבעדיקע שפּראַך מיט איר באַזונדערן הומאָר, אױסגעטאָקטן און אױסגעשליפֿן אין משך פֿון טױזנט יאָר. איך דאַרף אַנטױשן די ליבהאָבער פֿון די ביליקע און גראָבע חכמהלעך און װיצן — אָט די־אָ סחורה איז אינעם ספּעקטאַקל ניטאָ.

דערװײַל… אײן זאַך איז שױן קלאָר: די פֿאָרשטעלונג „ייִדיש איז מײַן אוצר‟ האָט געפֿונען אַ גוט אױסגעפּרוּװטן אימפּרעסאַריאָ, און אין יאָר 2014 װעלן די ייִדיש־קענענדיקע ייִדן אין אײראָפּע און אין אַמעריקע הנאָה האָבן פֿון אַ פֿאָרשטעלונג אין אַ זעלטענעם פּאַראָדיע־זשאַנער.