„מוזיי פֿון תּורה־חיות‟ — אויף צרות

Torah Animal World Seeks a Savior

קינדער באַזוכן דעם „מוזיי פֿון תּורה־חיות‟ אין באָראָ־פּאַרק
Courtesy of Brooklyn Torah Animal World website
קינדער באַזוכן דעם „מוזיי פֿון תּורה־חיות‟ אין באָראָ־פּאַרק

פֿון טאַליאַ לאַווין (ייִט״אַ)

Published January 03, 2014, issue of January 31, 2014.

ווי עס זעט אויס, וועט דער ברוקלינער „מוזיי פֿון תּורה־חיות‟ — אַן אויסטערלישע קאָלעקציע פֿון אָנגעשטאָפּטע בעלי־חיים, וואָס די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אָנגערופֿן „דער סאַמע מאָדנער מוזיי‟ אין דער שטאָט — זיך מוזן פֿאַרמאַכן צוליב פֿינאַנציעלע צרות.

דער מוזיי באַקענט די באַזוכער מיט אַ ריי בעלי־חיים און פֿויגלען, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם תּנ״ך, אַרײַנגערעכנט איביסן, עמו־שטרויסן, פּאַוועס און בופֿלאָקסן. דער 47־יאָריקער רבֿ שאול־שמעון דײַטש האָט איבערגעגעבן אין אַ שמועס מיט „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז צוערשט האָט ער געהאָפֿט צו עפֿענען אַ זאָאָפּאַרק. „מיר האָבן אָבער נישט געוואָלט, אַז ווילדע לייבן זאָלן אַרומלויפֿן אין פּאָראָ־פּאַרק‟ — דערפֿאַר האָבן די גרינדער פֿון דער חידושדיקער אונטערנעמונג באַשלאָסן זיך צו באַגיין מיט אָנגעשטאָפּטע בעלי־חיים.

פֿאַר די שול־קינדער אין באָראָ־פּאַרק, וווּ עס וווינען אַ סך חרדישע ייִדן, גיט דער מוזיי אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט די זאָאָלאָגישע וווּנדער פֿון דער וועלט — הגם צוליב דעם ספּעציפֿישן כאַראַקטער פֿון דער קליינער זאַמלונג ווערן דאָרטן געוויזן בלויז אַ באַגרענעצטע צאָל בעלי־חיים. פֿונדעסטוועגן, געפֿינען זיך צווישן די געזאַמלטע עקספּאָנאַנטן — על־פּי־רובֿ נדבֿות — אַזעלכע טשיקאַוועסן, ווי אַ קאָפּ פֿון אַ העלפֿאַנד, וואָס קאָסט 40 טויזנט דאָלאַר, און אַן אָנגעשטאָפּטע אָריקס־אַנטילאָפּע.

אַ באַזונדערע אויסשטעלונג באַשטייט פֿון אַלע בעלי־חיים, וואָס ווערן דערמאָנט אין די תּפֿילות און אינעם ספֿר־תּהילים. אַן אַנדער טייל פֿונעם מוזיי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרשיידענע כּשרע פֿויגלען. נישט געקוקט אויף דער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם מוזיי צווישן די אָרטיקע קינדער, האָט דײַטש דערקלערט, אַז אויב ער וועט נישט געפֿינען קיין געהעריקן שטיצער, וועט ער מוזן אים פֿאַרמאַכן. כּדי אים צו ראַטעווען, מוז ער אָנזאַמלען, צום ווייניקסטן, אַ מיליאָן דאָלאַר — אַזויפֿיל קאָסט דער בנין אַליין, ווי עס געפֿינט זיך די חיות־קאָלעקציע. דײַטש פּלאַנירט אַריבערצוברענגען די אָנגעשטאָפּטע בעלי־חיים אין זײַן צווייטן מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין די קעטסקילס, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק.