חרדישער פּראָטעסט קעגן ישׂראל — אָפּגעשאַפֿן

Massive Hasidic Protest Against Israel Canceled

בעת אַ פּראָטעסט־אַקציע פֿון די חרדים, דעם 16טן מײַ 2013, פֿאָרן צענטראַלן  רעקרוט־פּונקט אין ירושלים
Getty Images
בעת אַ פּראָטעסט־אַקציע פֿון די חרדים, דעם 16טן מײַ 2013, פֿאָרן צענטראַלן רעקרוט־פּונקט אין ירושלים

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 05, 2014, issue of January 31, 2014.

די וואָך פֿונעם 15טן דעצעמבער האָבן זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן קלאַנגען דורך אומאָפֿיציעלע חרדישע קוואַלן, אַזוי ווי טוויטער-קאָנטעס, בלאָגס, און די ענגליש־שפּראַכיקע נײַעס־וועבזײַטן Yeshiva World News (ישיבֿה וועלט־נײַעס) און Vos Iz Neias (וואָס איז נײַעס), אַז אַ גרופּע חסידישע עסקנים, מיט דער שטיצע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע חסידישע רבנים אין ישׂראל, פּלאַנירן אַ מאַסיוון פּראָטעסט אין אַמעריקע קעגן די נײַע געזעץ־פּרויעקטן אין ישׂראל, וואָס זייער ציל איז צו צווינגען די חרדים צו דינען אין מיליטער. דער „כּינוס‟ האָט געדאַרפֿטט זײַן ניט נאָר דער גרעסטער פּראָטעסט פֿון די חרדישע ייִדן אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, נאָר אויך די גרעסטע בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג, אָנגעפֿירט פֿון פֿאַרשידענע חסידישע הויפֿן און חרדישע סעקטעס אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע און אפֿשר אַפֿילו פֿונעם חרדישן ייִדנטום בכלל.

דער פּראָטעסט האָט געדאַרפֿט ניט סתּם באַשטעטיקן, אַז די אַמעריקאַנער חרדים זענען אַ מאַכטפֿולער פּאָליטישער כּוח, נאָר אויך דינען ווי אַ בולטער באַווײַז פֿון דעם ווי שטאַרק די חרדים פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס, וואָס אַרבעטן בכלל ניט צוזאַמען, זענען פֿאַראייניקט קעגן דעם „גזירות־הגיוס‟ (שלעכטער באַפֿעל זיך צו שטעלן צום פּריזיוו). ניט געקוקט אויף די אַלע באַמיִונגען פֿון די רבנים, זייערע עסקנים, זייערע פֿאָרשטייער און די אָפּטימיסטישע מעלדונגען, וואָס מע האָט פֿאַרשפּרייט אין דער חרדישער מעדיאַ, איז דער צוגעזאָגטער פּראָטעסט, סוף־כּל־סוף, דורכגעפֿאַלן. די סיבות דערפֿאַר זענען אומקלאָרע און שאַפֿן איצט אַ ריזיקע קאָנטראָווערסיע אויף דער חסידישער גאַס.

לויט די באַריכטן, פֿאַרשפּרייט דורכן טוויטער קאָנטע Giyes Updates, האָבן אַ גרופּע רבנים פֿון אַגודת־ישׂראל געמאָלדן זייער ווילן אָפּצופֿליִען קיין אַמעריקע, כּדי צו מאַכן אַ ריזיקן „כּינוס‟ קעגן דער „גזירת הגיוס‟. פֿון די בילדער, וואָס מע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף דער דאָזיקער טוויטער־קאָנטע, האָבן זיך אַ גרופּע ישׂראלדיקע רבנים, בראָש מיטן גערער, בעלזער, וויזשניצער און סאַנצער, זיך פֿאַרזאַמלט דעם 16טן דעצעמבער, כּדי אַרומצורעדן די פֿאַרשידענע מעגלעכקייטן פֿון שאַפֿן אַ מאַסן־פּראָטעסט.

די נײַעס האָט זיך אין גיכן פֿאַרשפּרייט אויף דער חרדישער גאַס, סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין ישׂראל, ווײַל אַזאַ רײַזע פֿון אַזוי פֿיל וויכטיקע רבנים האָט מען קיינמאָל פֿריִער ניט געזען. דערצו, האָט דער פּאָליטיש־מאַכטפֿולער גערער רבי שוין מער ווי 20 יאָר ניט באַזוכט זײַנע חסידים אין אַמעריקע. וואָלט זײַן רײַזע געווען אַ ריזיקע נײַעס פֿאַר זיך, אָבער צוזאַמען מיט די אַנדערע רבנים, וואָלט זי געווען באמת אַן איינמאָליקע געשעעניש.

דעם 17טן דעצעמבער האָט giyes updates באַריכטעט, אַז דער בעלזער רבי וועט פֿליִען מיט אַ פּריוואַטן עראָפּלאַן קיין אַמעריקע, כּדי בײַצוזײַן אויפֿן פּראָטעסט. אויפֿן צווייטן טאָג האָט די זעלבע קאָנטע געמאָלדן, אַז זונטיק, דעם 29סטן דעצעמבער, וועט מען מאַכן אַ ריזיקן פּראָטעסט אין מאַנהעטן, און אַז אַ גאַנצע דעלעגאַציע חשובֿע רבנים וועלן צוזאַמענפֿליִען אינעם זעלביקן פּריוואַטן עראָפּלאַן מיטן בעלזער רבין.

לכתּחילה האָט מען פּלאַנירט דורכצופֿירן דעם פּראָטעסט פֿאַר דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, אָבער דער אַמעריקאַנער אַגודת־ישׂראל האָט ניט געהאַלטן פֿון דעם און מע האָט אָנגעהויבן זוכן נאָך אַנדערע ערטער, וווּ מע וואָלט געקענט מאַכן דעם פּראָטעסט, ובפֿרט, זאַלן און סטאַדיאָנען. דאַן האָבן זיך טאַקע די צרות אָנגעהויבן. בקיצור, מ’האָט ניט געקענט געפֿינען קיין פּאַסיק אָרט, אַרײַנצוברענגען אַן עולם פֿון 50 צי 60 טויזנט נפֿשות אין מיטן ווינטער, מיט נאָר איין וואָך עס צוצוגרייטן.

לויט די אומאָפֿיציעלע ידיעות אויף טוויטער, האָבן די עסקנים געפֿאָרשט די מעגלעכקייט פֿון האַלטן דעם „כּינוס‟ אין „מאַדיסאָן סקווער גאַרדען‟, אָדער אין דעם „באַרקלײַס סענטער‟ (צוויי ריזיקע ספּאָרט־אַרענעס) אָבער סוף־כּל־סוף האָבן זיי באַשלאָסן, אַז ס׳זענען ניטאָ גענוג זיץ־ערטער. די זעלביקע ידיעות האָבן איבערגעגעבן, אַז מע האָט גערעדט מיט דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ריזיקן פֿוטבאָל־סטאַדיאָן, אויפֿן נאָמען פֿון „מעט לײַף‟, וואָס געפֿינט זיך אין איסט־רוטערפֿאָרד ניו־דזשערזי, ניט ווײַט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. מיטן „מעט־לײַף סטעדיום‟ איז די פּראָבלעם געווען, אַז ס׳איז ניטאָ קיין אופֿן, ווי אַזוי מע קען דעם סטאַדיאָן צופּאַסן צום קאַלטן אַמעריקאַנער ווינטער אָדער די ריזיקע שניי־שטורעמס, וואָס קומען אָפֿט פֿאָר דאָ אין אַמעריקע. אָבער די עסקנים האָבן זיך געזאָרגט וועגן דער זיכערהייט פֿון זייערע חסידים, בפֿרט פֿון ישׂראל, אין אַזאַ ברענענדיקן פֿראָסט.

דעם 23סטן דעצעמבער, האָט מען געמאָלדן, אַז מע וועט אָפּלייגן דעם פּראָטעסט ביזן 7טן יאַנואַר, און אַז די אַלע רבנים וועלן צוזאַמען אָפּפֿליִען, זונטיק, דעם 5טן. קיין אָפֿיציעלע סיבות פֿאַר דער פֿאַרשפּעטיקונג האָט מען ניט געגעבן, אָבער ס׳איז דער חסידישער בלאָג־סבֿיבֿה געווען קלאָר, אַז מע האָט ניט געקענט געפֿינען קיין פּאַסיק אָרט צו דער צײַט. דער בעלזער רבי האָט אויך געזאָגט, אַז ער האָט ניט געוואָלט באַזוכן אַמעריקע בעת די גוייִשע חגאָות.

דעם 25סטן דעצעמבער האָט מען געמאָלדן, אַז חוץ די פֿאַרשידענע סטאַדיאָנען און זאַלן, נעמט מען אין באַטראַכט דעם געוועזענעם פֿליפֿעלד Floyd Bennet Field, אין ברוקלין. בעת די קומענדיקע צוויי טעג האָט מען געמיינט, אַז דער פּראָטעסט וועט טאַקע פֿאָרקומען אויפֿן געוועזענעם פֿליפֿעלד אין אַ ריזיקן געצעלט מיט באַהייצונג. צוליב די פּראָבלעמען צו באַקומען רשות פֿון דער שטאָטישער רעגירונג, האָט מען געדאַרפֿט געפֿונען אַן אַנדער אָרט. דעם 27סטן דעצעמבער האָט מען געמאָלדן, אַז דער פּראָטעסט וועט פֿאָרקומען אין אַ ריזיקן סקלאַד (Warehouse) אין עדיסאָן, ניו־דזשערזי. עווענטועל האָט מען יאָ באַקומען אַ דערלויבעניש צו נוצן דעם סקלאַד, אָבער די חסידישע רבנים האָבן דעם 30סטן דעצעמבער אַליין אָפּגעשאַפֿן זייער רײַזע קיין אַמעריקע.

אַחוץ די פֿילצאָליקע לאָגיסטישע פּראָבלעמען, האָבן זיך אויך אַרײַנגעמישט אַ סך פּראָבלעמען פֿאַרבונדן מיט דער אינערלעכער חסידישער פּאָליטיק. „ס׳איז אַ בושה, אָבער זיי פֿירן דורך אַ סך קליינשטעטלדיקע חשבונות‟, האָט אַ סאַטמאַרער חסיד איבערגעגעבן דעם “פֿאָרווערטס”. „איינער קען ניט קומען, אויב יענער קומט; דער צווייטער קומט נאָר, אויב אַן אַנדער קומט — אַזעלכע קינדערישע מחלוקתן. ממש אַ בושה.‟

כאָטש די אָרגאַניזירער האָבן געוואָלט צוזאַמענברענגען די וויכטיקסטע רבנים אויפֿן היסטאָרישן מאַסן־מיטינג, איז עס געוואָרן קלאָר בײַם סאַמע אָנהייב, אַז ניט אַלע וועלן זיך באַטייליקן. דער סלאָנימער רבי האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון קומען צוליב דעם, וואָס ער האָט קיינמאָל ניט פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל. די צוויי סאַטמאַרער רבנים, צוליב זייערע שלעכטע באַציִונג איינער מיטן צווייטן, טרעטן ניט אויף צוזאַמען, און צוליב דעם איז עס קיין חידוש ניט, אַז נאָר איינער פֿון זיי, רב זלמן־לייב טייטלבוים, האָט געשטיצט דעם פּראָטעסט. רב טייטלבוים האָט ווײַטער נאָר געגעבן זײַן הסכּמה פֿונעם פּראָטעסט, אויב דער „כּינוס‟ זאָל דערפֿילן געוויסע תּנאָים. איינע פֿון די־אָ תּנאָים איז געווען, אַז אַלע רעדעס דאַרפֿן געהאַלטן ווערן אויף ייִדיש. דער בעלזער רבי האָט, סוף־כּל־סוף, געמאַכט אַ פּשרה, אַז די רעדעס וועלן אַלע זײַן אויף ייִדיש, אַחוץ איינע — פֿאַר דער מעדיאַ אויף ענגליש.

דער סאַטמאַרער רבי האָט אויך געהאַלטן, אַז די ברייטערע אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט וועט אפֿשר ניט פֿאַרשטיין דעם צוועק פֿונעם פּראָטעסט. אין אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַנע חסידים אין קרית־יואל, ניו־יאָרק, מוצאי־שבת דעם 21סטן דעצעמבער, האָט ער געזאָגט, אַז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער וועט אפֿשר ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס אַן ישׂראלדיקער, אַפֿילו אַ פֿרומער, וואָס נעמט אָן געלט פֿון דער ציוניסטישער רעגירונג, זאָל פּראָטעסטירן קעגן דער ישׂראל־רעגירונג, ווען ער איז „אַליין אַ טייל דערפֿון‟. דער סאַטמאַרער רבי האָט געזאָגט, אַז ווען די חסידישע וועלט וועט זען וויפֿל וויכטיקע רבנים פֿאָרן אָפּ צו באַזוכן אַמעריקע, וועלן זיי פֿאַרשטיין, ווי וויכטיק דער ענין איז; זיי וועלן פֿינאַנציעל שטיצן די חסידישע שולן אין ישׂראל, כּדי ניט דאַרפֿן נעמען געלט בײַ דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז אויב די פֿרומע שולן אין ישׂראל וועלן ניט נייטיקן זיך אינעם מלוכישן געלט, וועלן זיי בײַטן די לערן־פראָגראַם.

ניט בלויז דער סאַטמאַרער רבי האָט געזאָרגט וועגן דעם, אַז די אַמעריקאַנער וועלן ניט פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿונעם פּראָטעסט. דער סאַטמאַרער חסיד, וועלכער האָט גערעדט מיטן “פֿאָרווערטס”, האָט דערקלערט, אַז אַ סך מענטשן אין דער קהילה, וואָס שטיצן פּאָליטיש די שיטה פֿון די רבנים, וואָס שייך דעם גיוס, האָבן געהאַלטן, אַז דאָס מאַכן אַ פּראָטעסט אין אַמעריקע לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל. „איך הער אַ סך ווי מענשטן זאָגן, אַז ס׳איז קלאָר, אַז די רבנים פֿאַרשטייען ניט ווי אַזוי עס וועט אויסזען בײַ די אַמעריקאַנער, אויב זיי וועלן ניט האַלטן פֿונעם פּראָטעסט. אַ סך, וואָס שטיצן די רבנים, האַלטן אַזוי, אַז מע האָט דעם ענין ניט גוט אַדורכגעטראַכט. די אַמעריקאַנער סימפּאַטיזירן ניט מיט מענטשן, וואָס ווילן ניט דינען אין אַרמיי.‟

דער חסיד האָט אויך איבערגעגעבן דעם “פֿאָרווערטס”, אַז כאָטש דער אָפֿיציעלער שטאַנדפּונקט פֿון דער חסידישער פּרעסע איז, אַז מע האָט אָפּגעשאַפֿן דעם פּראָטעסט, צוליב לאָגיסטישע סיבות, מיינען אַ סך חסידים, אַז די אינערלעכע פּאָליטישע מחלוקתן האָבן אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם דורכפֿאַל פֿונעם „כּינוס‟. „ס׳איז אפֿשר אמת, אַז מע האָט ניט געקענט געפֿינען, וווּ צו מאַכן אַזאַ גרויסן פּראָטעסט אין אַזאַ קורצער צײַט. אָבער ס׳איז דווקא ניט די איינציקע סיבה; מע האָט זיך אויך צעקריגט וועגן פֿאַרשידענע ענינים‟.

דער חסיד האָט ווײַטער דערקלערט, אַז געוויסע מענטשן אין דער חסידישער וועלט, אַרײַנגערעכנט אים אַליין, זענען אין גאַנצן ניט מסכּים מיט דער חסידישער שטעלע צו דער ישׂראלדיקער רעגירונג. „דער הויפּט־שטראַם פֿון דער חסידישע פּרעסע רעפּרעזענטירט ניט אַלע מיינונגען. מע איז ניט אַזוי פֿאַראייניקט וועגן דעם ווי מע וואָלט געמיינט, ווען מע לייענט די צײַטונגען.‟