פֿאַרווערט דיעדאָנעס אויפֿטריטן

Ban Dieudonne‘s Shows

דיאָדאָנע מבאַלאַ מבאַלאַ קומט אין געריכט, מיט אַ חודש צוריק
Getty Images
דיאָדאָנע מבאַלאַ מבאַלאַ קומט אין געריכט, מיט אַ חודש צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

דער פֿראַנצויזישער אינערן־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, האָט געגעבן די מעיאָרס אַן אינסטרוקציע צו פֿאַרווערן די אויפֿטריטן פֿונעם אַנטיסעמיטישן קאָמעדיאַנט דיאָדאָנע מבאַלאַ מבאַלאַ. מאָנטיק, דעם 6סטן יאַנואַר, האָט וואַלס צעשיקט אַ צירקולאַר מיט דער דאָזיקער רעקאָמענדאַציע צו די פֿראַנצויזישע מוניציפּאַליטעטן.

מיט עטלעכע טעג אַרום, פּלאַנירט דיאָדאָנע אַרומצופֿאָרן דאָס לאַנד מיט זײַנע סתּירותדיקע אויפֿטריטן. בעת אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ לעבן פּאַריז, האָט וואַלס געזאָגט, אַז ער האָט צעשיקט זײַן אינסטרוקציע צו אַלע מעיאָרס און מוניציפּאַליטעטן, כּדי זיי זאָלן נישט דערלאָזן דיאָדאָנע דורכצופֿירן זײַן אַקציע. דער אינערן־מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז די אָרטיקע אַדמיניסטראַציעס האָבן דאָס רעכט צו פֿאַררעכענען דיאָדאָנעס אויפֿטריטן פֿאַר אַ פֿאַרברעכן.

דער קאָנטראָווערסאַלער קאָמעדיאַנט איז שוין זיבן מאָל פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן זײַנע ראַסיסטישע העצעס קעגן ייִדן. באַלד וועט פֿאָרקומען דער אַכטער מישפּט קעגן אים צוליב דעם, וואָס בעת איינעם פֿון זײַנע אויפֿטריטן האָט ער געזאָגט, אַז דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער זשורנאַליסט פּאַטריק כּהן „זאָל זײַן אין אַ גאַז־קאַמער‟. ער האָט אויך דערפֿונדן און פּאָפּולאַריזירט דעם עקלדיקן זשעסט „קענעל‟, וואָס האָט אַן אַנטיסעמיטישן טעם און דערמאָנט דעם נאַציסטישן „הײַל היטלער‟.

אין אַ שמועס מיט די זשורנאַליסטן, האָט וואַלס געזאָגט, אַז הגם זײַן אינסטרוקציע איז נישט אַן אַלגעמיינער פֿליכט־געזעץ, וועלן די אָרטיקע אַדמיניסטראַציעס זי „זיכער פֿאָלגן‟. פּאַטריק ריבמער, דער מעיאָר פֿון נאַנט, מערבֿ־פֿראַנקרײַך, האָט נישט פֿאַרווערט דיאָדאָנעס דעביוט, מיט וועלכן ער קלײַבט זיך אויפֿצוטריטן דעם 9טן יאַנואַר. ריבמער האָט אָבער דערקלערט, אַז ער נישט געוואָלט, אַז דעם קאָמעדיאַנט זאָל קומען אין זײַן שטאָט. עטלעכע באַקאַנטע קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם האָבן אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן דיאָדאָנעס פּלאַנירטן דעביוט־אויפֿטריט.

דיאָדאָנע מבאַלאַ מבאַלאַ, אַ זון פֿון אַ פֿראַנצויזישער מאַמע און אַן אימיגראַנט פֿון קאַמערון, האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ קריטיקער פֿון ראַסיזם, צוזאַמען מיטן ייִדישן קאָמעדיאַנט עלי סעמון. שפּעטער, אָבער, איז ער געוואָרן אַ „חסיד‟ פֿונעם רעכטן פּאָליטיקער זשאַן־מאַרי לע פּען, און פֿאַרבעטן אים צו זײַן דער „סנדק‟ בײַ זײַן טאָכטערס טויפֿונג. מיט דער צײַט, איז ער געוואָרן אַלץ נענטער צו די עסטרעמסטע פֿאַשיסטישע קרײַזן און טיף־אַנטיסעמיטישע עלעמענטן.