חתונה נוסח ישׂראל

Marriage Israeli Style

הרבֿ אַבֿי ווײַס
הרבֿ אַבֿי ווײַס

פֿון ייִט״אַ

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

כּדי חתונה צו האָבן אין ישׂראל, מוז אַן אימיגראַנט באַווײַזן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן הויפּט־ראַבינאַט פֿון לאַנד. אַ פּאָרפֿאָלק קען בעטן אַ בריוו פֿונעם רבֿ אין זייער היימשטאָט אָדער ווײַזן די כּתובה פֿון טאַטע־מאַמע. אַ מאָל ברענגען זיי אַפֿילו אַ ייִדיש־רעדנדיקע באָבע פֿאַרן בית־דין.

צום סוף, קומט אָן יעדע אַפּליקאַציע צו איין מענטש — דער ביוראָקראַט הרבֿ איתּמר טובול. דער 35־יאָריקער טובול פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿאַר פּערזענלעכן סטאַטוס בײַם הויפּט־ראַבינאַט, וווּ עס וואַקסט אַ קריזיס צווישן דעם הויפּט־ראַבינאַט און דער אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישער קהילה.

אין אָקטאָבער האָט טובול אָפּגעוואָרפֿן אַ בריוו, וואָס האָט געזאָלט באַשטעטיקן די ייִדישקייט פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, פֿונעם ליבעראַלן אָרטאָדאָקסישן רבֿ אַבֿי ווײַס. דאָס האָט אויפֿגערודערט אַ סך מענטשן, ווײַל לאַנגע יאָרן פֿירט ווײַס אַ שיל אין ניו־יאָרק, ער האָט שוין באַשטעטיקט די ייִדישקייט פֿון אַ סך אימיגראַנטן אין ישׂראל, און איצט פֿרעגט מען אָפּ זײַן פֿאַרלאָזלעכקייט. טובול האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם בריוו פֿון ווײַס נאָך דעם, ווי צוויי מיטגלידער פֿונעם „רבנישן ראָט פֿון אַמעריקע‟ — די רבנישע אָרגאַניזאַציע, וואָס ווײַס איז איר לאַנג־יאָריקער מיטגליד — האָבן געספֿקט אין ווײַסעס איבערגעגעבנקייט אינעם אָפּהיטן די הלכה.

„זיי האָבן געזאָגט, אַז עס זײַנען דאָ פּראָבלעמען מיט זײַן השקפֿה‟, האָט טובול דערציילט דער ייִט”אַ. „זײַן סיסטעם האָט געשאַפֿן ספֿקות וועגן דעם, צי ער טרעט ניט אָפּ פֿונעם אָנגענומענעם אופֿן צו באַשטעטיקן ייִדישקייט און פּערזענלעכן סטאַטוס‟.

דער הויפּט־ראַבינאַט באַטראַכט די פֿראַגע, צי ער קען זיך פֿאַרלאָזן אויף ווײַס, וואָס האָט אײַנגעפֿירט עטלעכע קאָנטראָווערסיעלע נײַע זאַכן אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, למשל, זײַן באַשלוס צו געבן סמיכה פֿרויען דורך אַ נײַעם רעליגיעזן סעמינאַר „ישיבֿת מהרת‟. די קריטיקער טענהן, אַז דער פּראָצעס צו אָנערקענען אַמעריקאַנער רבנים איז ניט דורכזיכטיק און עס פֿעלן אָביעקטיווע סטאַנדאַרטן.

כּדי צו געבן זײַנע רעקאָמענדאַציעס, פֿאַרלאָזט זיך טובול אויף אַ נעץ פֿון פּערזענלעכע באַקאַנטשאַפֿטן. דער ערשטער טראָט איז זיך צו האַלטן אַן עצה מיט די דיינים פֿון די 9 אַמעריקאַנער בית־דינס, וואָס דער הויפּט־ראַבינאַט האָט אַפּראָבירט. אויב די דיינים ווייסן ניט פֿון דעם רבֿ אָדער ספֿקן אין זײַן אויטאָריטעט, שיקן זיי טובול אָפּ ווײַטער צו זייערע באַקאַנטע פֿונעם אָרט גופֿא. נאָך דעם ווי ער באַקומט זייערע רעקאָמענדאַציעס, באַשליסט טובול אָנצונעמען אָדער אָפּצוּוואַרפֿן דעם בריוו.

„די סיסטעם האָט ניט גענוג קאָנטראָל‟, זאָגט הרבֿ סת פֿאַרבער, דער גרינדער פֿון „עיתּים‟, אַ ישׂראל־אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט פּאָרפֿעלקער אויסצושטיין קעגן דער ביוראָקראַטיע פֿונעם הויפּט־ראַבינאַט. „ס’איז אַלץ קאַפּריזיק. עס ווענדט זיך אין דעם, וועמען זיי קענען צופֿעליק. אַזוי פֿירט מען ניט אַ מלוכה‟.

טובול האָט געזאָגט דער ייִט”אַ, אַז ער רעדט כאָטש מיט דרײַ רבנים וועגן יעדן אַמעריקאַנער בריוו, וואָס ער פֿאָרשט אויס, און ער וואַרפֿט קיין מאָל ניט אָפּ די רעקאָמענדאַציע אויפֿן סמך פֿון אַן ערשטן נעגאַטיוון ענטפֿער. „מיר קאָנטראָלירן אַלע מעגלעכקייטן, כּדי צו באַקומען דאָס גאַנצע בילד. אויב עמעצער זאָגט, אַז מען קען זיך ניט פֿאַרלאָזן אויפֿן בריוו, וואַרפֿן מיר אים ניט אָפּ. אַ מאָל זײַנען דאָ פֿאַראינטעריסירטע פּאַרטייען, וואָס מיר ווילן מיט זיי ניט האָבן צו טאָן, דערפֿאַר פֿאָרשן מיר ווײַטער‟.

נאָכן באַשלוס קעגן ווײַס פֿאַרהאַנדלט דער הויפּט־ראַבינאַט מיטן רבנישן ראָט פֿון אַמעריקע, כּדי אים צו געבן אַ גרעסערע דעה אינעם פּראָצעס. לויט אַן איצטיקן אָנוואַרף פֿונעם אָפּמאַך, וועט דער הויפּט־ראַבינאַט זיך האַלטן אַן עצה מיטן ראָט איבער יעדן אָפּגעפֿרעגטן בריוו, איידער ער באַשליסט אים אָפּצוּוואַרפֿן. דערצו וועט דער ראָט צוגרייטן פֿאַרן הויפּט־ראַבינאַט אַ רשימה פֿון אויטאָריזירטע רבנים, וואָס קענען באַשטעטיקן ייִדישקייט, חתונות און גטן.

„פֿאַרן הויפּט־ראַבינאַט וועט די דאָזיקע פֿאָרמעלע קאָאָפּעראַציע מיטן ראָט פֿאַרגיכערן דעם פּראָצעס‟, זאָגט הרבֿ מאַרק דראַטש, דער עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם ראָט. „די קאָאָפּעראַציע וועט העלפֿן ביידע צדדים צו אַרבעטן בעסער, און אויך אויסצומײַדן אַזעלכע בזיונות‟.

דער רבנישער ראָט פֿון אַמעריקע האָט ניט דעם כּוח צו איגנאָרירן טובולס באַשלוסן. אַ וואָרטזאָגער פֿאַרן הויפּט־ראַבינאַט, זיוו מאַאָר (מאור), האָט דערציילט דער ייִט”אַ, אַז דער ראָט וועט זײַן אַ שותּף אינעם פּראָצעס, אָבער די ענדגילטיקע אויטאָריטעט ליגט בײַ טובול.

גאָרניט אינעם אָנוואַרף וועט ניט פֿאַרווערן די יחידים אינעם רבנישן ראָט צו ברענגען זייערע טענות וועגן אַ געוויסן רבֿ גלײַך צום הויפּט־ראַבינאַט. און כאָטש דראַטש האָט געזאָגט, אַז די אָרגאַניזאַציע האַלט ווײַטער פֿון ווײַסעס אויטאָריטעט צו באַשטעטיקן ייִדישקייט, איז ער מודה, אַז ס’רובֿ מיטגלידער פֿון דער גרופּע שטיצן ניט ווײַסעס פֿאַרשיידענע אינאָוואַציעס.

„ס’רובֿ מיטגלידער פֿונעם ראָט מייענען, אַז עטלעכע באַשלוסן זײַנע זײַנען אויף דער גרענעץ, אָדער איבער דער גרענעץ פֿון דער הלכה‟, זאָגט דראַטש. „אונדזער ציל איז צו קענען שטיצן די רבנים פֿונעם ראָט, צו פֿאַרזיכערן, אַז דער הויפּט־ראַבינאַט נעמט אָן זייערע בריוו‟.

ס’איז ניט קלאָר, צי די דאָזיקע רעפֿאָרמען וועלן באַפֿרידיקן די קריטיקער פֿונעם הויפּט־ראַבינאַט, אַרײַנגערעכנט ווײַס. זײַן אַדוואָקאַט אין ישׂראל, אַסף בן־מלך, האָט דערציילט ייִט”אַ, אַז ווײַטער פֿאָרמאַליזירן דעם פּראָצעס וועט אפֿשר נאָר שאַפֿן מער ביוראָקראַטיע. בעסער, זאָגט בן־מלך, זאָל דער הויפּט־ראַבינאַט פּשוט ניצן אַ ברייטערע דעפֿיניציע פֿון דעם, וואָס הייסט אָרטאָדאָקסיש.

„ווען איר האָט אַ באַקאַנטן רבֿ, וואָס ווייסט די הלכה, זאָל מען קענען זיך פֿאַרלאָזן אויף אים‟, זאָגט ער. „צו שאַפֿן נײַע גרענעצן איז נאַריש. עס גייט אַלץ אין פּערזענלעכן צוטרוי‟.