ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

לייענזאַל

איציק בלימאַן
איציק בלימאַן

אַ שפּאָגל־נײַע וועבזײַט פֿאַר קלאַסן און אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש איז לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מיט גרויס פּאַראַד. „לייענזאַל‟ (//leyenzal.org), אַ פּראָיעקט, אָנגעפֿירט פֿון איציק בלימאַן, אַ גראַדויִר־סטודענט פֿון לינגוויסטיק אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, שטעלט פֿאָר ייִדישע טעקסטן, צוזאַמען מיט פֿילמירטע רעפֿעראַטן, וואָס באַהאַנדלען די זעלביקע טעקסטן. די רעפֿעראַטן, אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועלן צוגרייטן פֿון פֿריִער באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און געלערנטע. מע וועט דערנאָך אַרויפֿשטעלן אַ פֿילם פֿונעם רעפֿעראַט, כּדי יעדער איינער זאָל קענען אים זען. 
להיפּוך צו אַ געוויינטלעכן קורס, אין וועלכן אַ פּראָפֿעסאָר גיט לעקציעס אין אַ געוויסער צײַט, קען יעדער סטודענט אַדורכלייענען די טעקסטן און זען די רעפֿעראַטן, ווען עס איז אים צום בעסטן. דער ערשטער רעפֿעראַט, וואָס איז שוין צוטריטלעך אויף דער וועבזײַט, איז פֿון ד׳׳ר קלמן ווײַזער (יאָרקער אוניווערסיטעט) וועגן בער באָראָכאָווס ווירקנדיקן עסיי „די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע.‟ דער קומענדיקער רעפֿעראַט, וואָס מע וועט אַרויפֿשטעלן, פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, באַהאַנדלט מענדעלע מוכר־ספֿרימס ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי.‟ אין די קומענדיקע חדשים וועט מען אַרויפֿשטעלן אַ רעפֿעראַט פֿון מײַקל וועקס.

נאָך די רעפֿעראַטן, און די טעקסטן גופֿא, גיט דער „לייענזאַל‟ אויך צו אַנדערע רעסורסן, ווי אַ ביבליאָגראַפֿיע וועגן דער טעמע פֿון יעדן רעפֿעראַט און אויך רעקאָרדירונגען פֿון אַנדערע לעקציעס אויף ענלעכע טעמעס, גענומען פֿונעם אַרכיוו פֿונעם ייִדישן „ביכער־צענטער‟. די וועבזײַט איז אין גאַנצן אויף ייִדיש, סײַ געשריבן מיט ייִדישע אותיות און סײַ מיט לאַטײַנישע אותיות.

טײַטש: אַ נײַער רעסורס פֿאַר איבערזעצער

ווי אַ טייל פֿון זײַנע פּראָגראַמען לטובֿת דער אויסשולונג פֿון אַ נײַעם דור ליטעראַרישע איבערזעצער, האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטעראַקטיווע וועבזײַט. די נײַע וועבזײַט, וואָס הייסט „טײַטש‟ (//taytsh.org/), דערמעגלעכט צו פֿרעגן אַן עצה וועגן אַ פֿראַזע צי וואָרט בײַ אַנדערע איבערזעצער, אַרײַנקוקן אין אַ גלאָסאַר פֿון פֿריִער־איבערגעזעצטע טערמינען און קאָנטראָלירן, צי מע האָט שוין איבערגעזעצט אַ געוויס ייִדיש ווערק. די באַנוצער פֿונעם וועבזײַטל קענען אויך פֿאָרלייגן טעקסטן, וואָס זיי האַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי זיי איבערצוזעצן. די איבערזעצער, וועלכע באַנוצן זיך מיט דער וועבזײַט, קענען אויך אַרויפֿשטעלן זייערע אייגענע איבערזעצונגען צוזאַמען מיטן אָריגינעלן ייִדישן טעקסט, כּדי אַנדערע זאָלן קענען זיי אַדורכלייענען און פֿאָרלייגן פֿאַרבעסורונגען.

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

תּל־אָבֿיבֿ, בית־לייוויק: פֿרײַטיק, דעם 24סטן יאַנואַר, וועט ישׂראל באַס האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער ייִדיש־פֿאַרם.

אַרבעטער־רינג: מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר, 11:30 פֿאַר מיטאָג, וועט ד׳׳ר נתי כּהן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „מענדעלע מוכר ספֿרים: געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק אין זײַנע ווערק.‟ אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט זינגען אסתי ניסים.

עין בוקק: אַ ריזיקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען פֿונעם 2טן ביזן 5טן פֿעברואַר אינעם האָטעל „קראַון פּלזה‟ בײַם ים־המלח. די אָנפֿירער פֿונעם פֿעסטיוואַל זענען שמואַל גור און ד׳׳ר מרדכי יושקאָווסקי. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן 050-6919904 אָדער שרײַבט אַן עלעקטראָנישן בריוו אויפֿן אַדרעס Etzion68@013net.net

נתניה: דאָנערשטיק דעם 23סטן יאַנואַר, בײַם קרײַז פֿאַר ייִדישער קולטור אין נתניה און אומגעגנט, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט לכּבֿוד ט׳׳ בשבֿט, מיט דער זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי. דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט אויף 9 אחימאיר־גאַס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן 6332־882־09

חדרה: מאָנטיק, דעם 20סטן יאַנואַר, וועט לאַזאַר לובאַרסקי האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „ייִדישע מאַרטירן‟ בײַ דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש. דער רעפֿעראַט קומט פֿאָר 7 אַזייגער נאָכמיטאָג אויף ששת הימים 20. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן 6943־622־04

יעזוס־פֿילם אויף ייִדיש

אַ קריסטלעכע „קירובֿ־אָרגאַניזאָציע‟, וואָס פֿאַרשפּרייט פֿילמען, באַזירט אויף דעם נײַם טעסטאַמענט, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ צוויי־שעהיקן פֿילם וועגן יעזוסן אויף דער אינטערנעץ אויף אַ געשמאַקן מאַמע־לשון. דער פֿילם, וואָס הייסט פּשוט „דער יעזוס פֿילם‟ (The Jesus Film), איז שוין גאָר ברייט פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט; לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם קירובֿ־אָרגאַניזאַציע האָבן 200 מיליאָן מענטשן שוין געזען דעם פֿילם זינט מע האָט אים אָריגינעל געשאַפֿן אין 1979. דעם פֿילם האָט מען געמאַכט אין ישׂראל מיט איבער 5,000 אַקטיאָרן אין די זעלביקע ערטער, וווּ קריסטן האַלטן, אַז די עוואַנגעלישע געשענישן זענען פֿאָרגעקומען.

לינגוויסטן זענען גאַנץ באַקאַנט מיטן פֿילם, ווײַל ער איז שוין דערשינען אויף 1,160 שפּראַכן אַרום דער וועלט און דער דאָזיקער „יעזוס־פֿילם‟ איז פֿאַר ס׳רובֿ פֿון די־אָ שפּראַכן דער איינציקער פֿילם, אַמאָל געמאַכט אויף דער שפּראַך. די פֿילמען זענען אַפֿילו, אין געוויסע פֿאַלן, די איינציקע רעקאָרדירונגען פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן, וואָס זענען צוטריטלעך דורך דער אינטערנעץ.