ממזריאַדע

Mamzerie (Bastardry)

פֿון משה לעמסטער

Published January 09, 2014, issue of January 31, 2014.

מײַנער אַ באַקאַנטער, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין אַ מאָסקווער אוניווערסיטעט, איז ניט לאַנג געווען אין ישׂראל און מיר האָבן זיך מיט אים געטראָפֿן אין ירושלים. זײַן וויסנשאַפֿטלעכער אינטערעס איז פֿאַרבינדן מיט ייִדישע פּערזענלעכקייטן אין דער רוסישער ליטעראַטור און געשיכטע, מיט ייִדישער טעמאַטיק אין דער רוסישער ליטעראַטור, מיט די באַציִונגען פֿון די רוסישע שרײַבער צו די ייִדן וכדומה. אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט מוז ער פֿון צײַט צו צײַט באַנוצן זיך מיט אַרטיקלען פֿון די אַמאָליקע ייִדישע צײַטונגען. און ווײַל מײַן באַקאַנטער קען דײַטש, ענגליש און אַ ביסל עבֿרית, זעצט ער אַליין איבער פֿאַר זיך אויף רוסיש די ייִדיש־מאַטעריאַלן. ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן, האָט ער מיר פּלוצעם אַ זאָג געטאָן:

„מער וועל איך אַליין ניט איבערזעצן פֿון ייִדיש!‟

„פֿאַר וואָס?‟

„כ’האָב באַגעגנט אין אַ ייִדישן טעקסט דאָס וואָרט ׳ממזר׳, לאָזט זיך אויס, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ סך באַטײַטן. האָב איך באַשטימט, אַז לאָז שוין אַן אַנדערער איבערזעצן. אַגבֿ, דו, משה, וואָלטסט זיך ניט אונטערגענומען מיר אַרויסצוהעלפֿן דערמיט? וויפֿל נעמסטו פֿאַר אַ זײַטל?‟

זאָג איך אים: 100 שקלים. קוקט ער מיך אָן און שיסט אויס:

„אוי, ביסטו אַ ממזר!‟

זאָג איך אים:

„אָט האָסטו נאָך אַ באַטײַט פֿונעם וואָרט ׳ממזר׳…

פֿרעג איך זיך: וויפֿל באַטײַטן האָט עס טאַקע, דאָס וואָרט „ממזר‟? אָן אַ צאָל! מע קאָן זאָגן: שיין ווי אַ ממזר, קלוג ווי אַ ממזר, אַ כיטרע ממזר, קונציק ווי אַ ממזר, געשיקט ווי אַ ממזר, טאַלאַנטירט, פֿעיִק… געוויינטלעך, באַצייכנט מען מיט דעם וואָרט פּאָזיטיווע מעלות פֿון אַ מענטש, כ’וואָלט געזאָגט, ענערגיש־פּאָזיטיווע. כאָטש מע זאָגט אויך: „אַ ליגנער, אַ ליטוואַק, אַ ממזר‟.

וואָס זשע מיינט עס, דאָס וואָרט „ממזר‟ לויט דער ייִדישער רעליגיע? די מישנה און גמרא טײַטשט „ממזר‟, אַז דאָס מיינט מען אַ קינד, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿונעם לעבן מיט אַ פֿרעמדער, פֿאַרהייראַטער פֿרוי (אשת־איש); אַ פֿרוי, וואָס פֿאַר איר און איר מאַן האָט מען געגעבן חופּה־וקידושין. פֿאַר אַ ממזר טאָר מען ניט חתונה האָבן. און כאָטש אַ ממזר איז טריף פֿאַר דער ייִדישער אמונה, געפֿינען מיר אין תּלמוד־בבֿלי: „ממזר תּלמוד־חכם קודם לכּהן־גדולים־המאָרץ‟. אין תּלמוד־ירושלמי: „רובֿ ממזרים פּיקחים‟.

אַ „קלאַסישער‟ ממזר איז געווען ישו הנוצרי. ער, לויט דער קריסטלעכער רעליגיע, איז געווען דער זון פֿון גאָט און ניט פֿון יוספֿן, זײַן מאַמע מרימס מאַן.

אַהרן אָקניצער אין זײַן ביכל „עוואַנגעלישע מאָטיוון‟ האָט געשריבן וועגן דעם נוצרי: „ישו האָט געהערט פֿון אַלע זײַטן געלעכטערן: ׳אַלע ממזרים ווילן ווערן משה רבינו׳‟.

וועגן אַ ממזר זײַנען דאָ ניט ווייניק ווערטלעך און שפּריכווערטער: „אַז אַ מאַמע שרײַט אויפֿן קינד ׳ממזר׳, מעג מען איר גלייבן; אַז עס וואָלטן געווען ווייניקער חזירים, וואָלטן געווען ווייניקער ממזרים; אַ ממזר קען מען זײַן און קלוג מוז מען זײַן. בײַ שלום־עליכמען זאָגט טבֿיה דער מילכיקער: „דאָס קערבל איז בײַ זיי אַ ממזר‟. בכלל האָט אונדזער קלאַסיקער ליב געהאַט דאָס וואָרט ממזר. אין זײַן בוך „פֿונעם יריד‟ געפֿינען מיר: „און עס שיטן זיך קללות אויפֿן בעל־מחברס אַדרעס: ׳אָט אַ ימח־שמוניק! אַ כּל־בוניק! אַ ממזר! אַ רוח אין דײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן׳‟.

שלום־עליכם האָט אָפֿט גענוצט דאָס וואָרט אין זײַנע בריוו, למשל: „געשוואָלענער ממזר‟, „דער רויטער ממזר‟, „האָט ער די צוויי האָנען־פֿינגער ממזריש אַרײַנגעכאַפּט אין מויל אַרײַן‟. אַפֿילו וועגן זיך אַליין שרײַבט ער אין זײַנעם אַ בריוו: „שלום־עליכם, דער ממזר‟.

מענדעלע מוכר־ספֿרים מײַדט אויך נישט אויס דאָס וואָרט: „דאָס איז שוין געווען דעם ממזרס מלאָכה, זײַנס אַ שפּיצל‟, צי יצחק באַשעוויס: „מײַן פֿאָטער איז געווען אַ גאָלדשמידט. די מאַמע אַ שדיכע… און איך בין זייער ממזר.‟

אין גלות האָט מען די אומגעזעצלעכע קינדער, דאָס הייסט, קינדער, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן פֿון ניט קיין חתונה געהאַטע פֿרויען, אויך גערופֿן „ממזרים‟. (אַפֿילו גוייִשע ממזרים). כאָטש לויט דער ייִדישער רעליגיע איז אַזאַ אומגעזעצלעך קינד, אַ „בײַסטרוק‟, קאָן אַ כּשר ייִדיש קינד חתונה האָבן מיט אַ ייִדיש מיידל, בקיצור, אויס ממזר.

אָט לייענען מיר בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן ליד „לאָמיר זשע זינגען‟:

פֿון מיידלעך, וואָס וואַרפֿן זומערצײַט
ממזרים הינטער פֿרעמדע טירן
און ציטערן פֿאַר מונדירטע לײַט
וואָס קענען דערפֿאַר אין תּפֿיסה פֿירן.

זלמן שניאור, האָט אַ ראָמאַן „דער ממזר‟, וואָס האָט אויך געדרוקט זיך אַ מאָל אינעם „פֿאָרווערטס‟, וווּ דאָס דינסטמיידל חנהלע האָט געהאַט אַ קינד, אַ ייִנגעלע, פֿון איר בעל־הבית, דעם מילנער. זי איז געווען אַ מיידל אָן אַ מאַן. דאָס געבוירענע ייִנגעלע אירס, וואַרפֿט זי אונטער דער פֿאַמיליע, וואָס האָט ניט געהאַט קיין קינדער, צו די „בעזדעטניקעס‟. ער, משהלע, איז דער העלד פֿונעם ראָמאַן „דער ממזר‟. כאָטש אין אמתן איז ער פּשוט אַן אויסער־הייראַטלעך קינד, זינגט מען אים אַ וויגליד:

אַה־אַה־אַה, ליוליעניו,
שלאָפֿע, שלאָפֿע, ממזרל! —
אונטער משהנקעס וויגעלע,
שטייט אַ ווײַסענקע ציגעלע…

ביכער וועגן ממזרים האָבן געשריבן אויך אַנדערע מחברים: יודלסאָן מרדכי — „דער ממזר אַלס דאָקטער‟; בודזאָן יהושע — „דער ממזר, אָדער, גאָט וואַרט לאַנג און באַצאָלט גיך‟, און אַוודאי, שמ”ר — „די אומגליקלעכע ליבע, אָדער, דער כּשרער ממזר‟.

בײַ אײַזיק ראַבאָי, אין זײַן ביכל „מײַן לעבן‟ לייענען מיר: „די דאָזיקע אָרעמעלײַט… האָבן מיט טרערן אין זייערע אויגן מיר געזאָגט: ׳טאָמער האָט גאָט אונדז צוגעשיקט עפּעס אַ שטיקל נחת, האָבן די באַלעבאַטים גרויסע אויגן… זייערע ממזרים לערנען זיך בײַ אַלערליי לערער און אונדזערע קינדערלעך זיצן אין אַ גרוב מיט משה קנעפּל…‟

אין אליעזר שטיינבאַרגס משל „דער חזיר און דער סאָלאָוויי‟, ווענדט זיך דער חזיר צום סאָלאָוויי:

שפּיל, שפּיל, ממזרל, איך וועל דיך ניט פֿאַרגעסן!
שפּילסטו, קאָכט דער מאָגן אַנדערש גאָר דאָס עסן!

איצט טראַכט איך, וואָס וואָלט געזאָגט מײַן באַקאַנטער מאָסקווער פּראָפֿעסאָר אויף אַזוינע ווערטער, ווי ממזר־בן־הנידה, ממזר־בן־ממזר, ממזרוק, ממזרישקייט… אײַ, ייִדיש, ממזר!