פֿרומע געשעפֿטס־פֿרויען

Frum Businesswomen

דאָס געשעפֿט פֿון רייזל קראַוס און איר שותּפֿטע חוה, וועלכע האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן איר פֿאַמיליע־נאָמען
Shulamit Seidler-Feller
דאָס געשעפֿט פֿון רייזל קראַוס און איר שותּפֿטע חוה, וועלכע האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן איר פֿאַמיליע־נאָמען

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published January 09, 2014, issue of January 31, 2014.

שעריל סענדבערג, די אַמעריקאַנער געשעפֿטס־פֿרוי, די אָפּעראַטיווע הויפּט־דירעקטאָרין פֿונעם „פֿייסבוק‟, איז געקומען צו דער שטאַרק פֿרומער ייִדישער קהילה אין מאָנסי — אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען טויזנטער חרדים. פּינקטלעכער צו זאָגן, איז געקומען נישט זי אַליין, נאָר איר בוך „Lean In‟ („בייג זיך צו‟), וואָס העלפֿט פֿרויען צו פֿאַרווירקלעכן זייערע קאַריערע־פּלענער.

בערך 100 פֿרויען האָבן זיך פֿאַרזאַמלט סוף דעצעמבער אין אַ קליינעם זאַל פֿון אַ פֿרומער שול. ס׳איז געווען אַ קאַלטע נאַכט; די ווײַסע ווענט פֿונעם זאַל זענען געווען באַצירט מיט דרײַ ייִדישע פּלאַקאַטן און זעקס גרויסע פּאַפּירענע בערן. די באַטייליקטע זענען געווען עלעגאַנט אָנגעטאָן און געטראָגן פּערפֿעקט־פֿריזירטע שײַטלעך.

די אונטערנעמונג האָט געהייסן „An Evening of Excellence‟ („אַן אָוונט פֿון אויסגעצייכנטקייט‟). דבֿי (דבֿורה) מאַנדעל, די בעל־הביתטע פֿון אַ כּשרער רעסטאָראַן־פֿירמע, איז אַרויפֿגעגאַנגען אויף דער בינע און האָט זיך געווענדט צום דעם פֿאַרזאַמלטן עולם מיט אַ ציטאַט פֿון סענדבערגס בוך: „וואָס וואָלט איר געטאָן, אויב איר וואָלט נישט מורא געהאַט?‟. מאַנדעל איז איינע פֿון די פֿיר פֿרויען, וואָס פֿירן אָן מיט דעם מאָנסיער אָפּטייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישע געשעפֿטס־פֿרויען‟ („Jewish Woman Enterpreneur‟ אָדער „JWE‟). די אָרגאַניזאַציע גופֿא איז אַ נישט־קאָמערציעלע, אָבער זי פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע פֿרויען, וועלכע הייבן אָן אָדער פֿירן שוין לאַנג אייגענע געשעפֿטן.

„JWE‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2011. כּמעט אַלע מיטגלידער זענען אָרטאָדאָקסן, אַרײַנגערעכנט אַ סך חרדישע פֿרויען. דער מאָנסיער אָפּטייל איז דער צווייט־גרעסטער נאָך באָלטימאָר; במשך פֿון די ערשטע חדשים פֿונעם איצטיקן יאָר, פּלאַנירט מען צו עפֿענען אָפּטיילן אויך אין ברוקלין, לייקוווּד, מינעאַפּאָליס, קליוולענד און מיאַמי. בעת דער דערמאָנטער אונטערנעמונג, האָט מען פֿאַרבעטן אויפֿצוטריטן מיט אַ רעדע די סאַטמאַרער געשעפֿטס־פֿרוי יהודית גרינפֿעלד, אַ מאַמע פֿון זיבן קינדער, וואָס פֿירט אָן מיט אַ פֿיל־מיליאָניקער פֿירמע, וואָס פֿאַרקויפֿט קעראַמישע קאַכלען און גראַניט־פּליטעס.

גרינפֿעלד האָט דערציילט, אַז הגם זי פֿירט דאָס געשעפֿט בשותּפֿות מיטן מאַן, מאַכט זי אַלע וויכטיקע באַשלוסן. אירע קינדער זענען פֿון 3 ביז 22 יאָר אַלט. ווען זי פֿאָרט אַרום צוליב דעם געשעפֿט, געפֿינט זיך צווישן אירע 13 און איר מאַנס 11 ברידער און שוועסטער תּמיד עמעצער, וואָס קאָן העלפֿן דער משפּחה. להיפּוך צו דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָט זי צוגעגעבן, קאָן אַ הצלחהדיקע געשעפֿטס־פֿרוי אויך זײַן אַ גוטע מאַמע.

חיה עפּל־פֿישמאַן, די גרינדערין און פּרעזידענטין פֿון „JWE‟, האָט איבערגעגעבן, אַז איר אָרגאַניזאַציע פֿאַרנעמט זיך מיט בערך 800 פֿרומע פֿרויען. אַ גרויסער טייל פֿון זיי האָבן אַ סך קינדער; דאָס פֿאַרשאַפֿט ספּעציפֿישע שוועריקייטן, מיט וועלכע די נישט־ייִדישע געשעפֿטס־לײַט זענען ווייניק באַקאַנט.

ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם מאָנסיער אָפּטייל פֿון „JWE‟ זענען חסידישע. היסטאָריש גערעדט, איז עס נישט קיין גרויסער חידוש. אין די אַשכּנזישע קהילות זענען במשך פֿון אַ סך דורות געווען פֿרויען, וואָס האָבן געפֿירט געשעפֿטן, ווען זייערע מענער האָבן אַ גאַנצן טאָג געלערנט תּורה.