עקזאָפּלאַנעטן און קבלה

Exoplanets and Kabbalah

די סיסטעם פֿונעם שטערן בעטאַ־פּיקטאָריס מיטן נײַ־פֿאָטאָגראַפֿירטן פּלאַנעט
Wiki Commons
די סיסטעם פֿונעם שטערן בעטאַ־פּיקטאָריס מיטן נײַ־פֿאָטאָגראַפֿירטן פּלאַנעט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 09, 2014, issue of January 31, 2014.

נישט לאַנג צוריק, האָבן די וויסנשאַפֿטלער איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן צום ערשטן מאָל באַמערקט סימנים פֿון וואָלקנס אינעם העכערן שיכט פֿון דער אַטמאָספֿער אַרום צוויי פּלאַנעטן, וואָס געפֿינען זיך גאַנץ ווײַט פֿון אונדזער זון. איין פּלאַנעט, בערך די גרייס פֿון נעפּטון, געפֿינט זיך אין 33 ליכט־יאָר פֿון אונדז און דרייט זיך אַרום אַ קליינעם רויטן שטערן, וואָס האָט נישט קיין באַקאַנטן „לײַטישן‟ נאָמען און הייסט „GJ 436‟, לויט דער אַסטראָנאָמישער נאָמענקלאַטור, ווײַל מע קאָן עס נישט זען מיטן בלויזן אויג.

דער קאָסמישער טעלעסקאָפּ „האַבל‟ האָט דערמעגלעכט אויסצוגעפֿינען, אַז דער דאָזיקער פּלאַנעט איז אָדער אַרומגערינגלט מיט אַ געדיכטן כמאַרע־שיכט אין דער העכערער אַטמאָספֿער, אָדער — פֿאַרקערט — האָט נישט קיין וואָלקנס. אַזוי צי אַזוי, איז עס זיכער אַנדערש ווי נעפּטון. מע איז זיך משער, אַז אַרום דער זעלבער רויטער זון דרייען זיך נאָך עטלעכע פּלאַנעטן.

דער צווייטער פֿאַרכמאַרעטער פּלאַנעט איז בערך 40 ליכט־יאָר פֿון אונדז. די דאָרטיקע זון, וואָס הייסט „GJ 1214‟, איז אויך אַ קליינע און אַ רויטע. די הויכע געדיכטע אַטמאָספֿער, וואָס באַשטייט פֿון וואַסערשטאָף אָדער וואַסער־דאַמפּ, באַהאַלט אויס דעם אויבערפֿלאַך און די נידעריקע וואָקלן־שיכטן. מע איז זיך משער, אַז די כמאַרעס גופֿא באַשטייען פֿון צינק־סולפֿיד אָדער קאַלי־כלאָריד. אויף דער דאָזיקער פּלאַנעט הערשט די ווילד־הויכע טעמפּעראַטור פֿון בערך 5.5 טויזנט פֿאַרענהײַט־גראַד, דערפֿאַר קאָן דאָס אויסגעוועפּטע זאַלץ פֿליִען דאָרטן אין דער לופֿטן.

די אַסטראָנאָמען האָבן שוין פֿריִער אַנאַליזירט די אַטמאָספֿער פֿון ווײַטע פּלאַנעטן אין אַנדערע שטערן־סיסטעמען. די איצטיקע אַנטדעקונגען ווײַזן אָבער, אַז אַ דאַנק פֿאַרשיידענע המצאות און די מאָדערנסטער טעלעסקאָפּן, קאָן מען שוין וויסן נישט בלויז וועגן זייער עקזיסטענץ, נאָר אַפֿילו וועגן די חילוקים צווישן פֿאַרשיידענע דאָרטיקע וואָקלנס־שיכטן. מע ווייסט שוין, אַז עס זענען פֿאַראַן פּלאַנעטן, וווּ דער טעמפּעראַטור־מצבֿ איז גענוג ענלעך צו אונדזער ערד און קאָן, אין פּרינציפּ, זײַן טויגעוודיק פֿאַר לעבעדיקע באַשעפֿענישן. בסך־הכּל, זענען שוין באַקאַנט 1055 „עקזאָפּלאַנעטן‟ אין 801 שטערן־סיסטעמען.

די אַנטדעקונגען פֿון אַלץ מער ווײַטע פּלאַנעטן און פֿאַרשיידענע פּרטים וועגן זיי ברענגען די מענטשן צו פֿאַרשיידענע געדאַנקען וועגן די אַנדערע וועלטן. למשל, וועגן „עקזאָטעאָלאָגיע‟. אילן רמון, דער ייִדישער אַסטראָנויט, וועלכער איז אומגעקומען מיט כּמעט 11 יאָר צוריק אין דער געקראַכטער אַמעריקאַנער קאָסמאָס־שיף „קאָלומביע‟, האָט מיטגענומען אַ ספֿר־תּורה אין זײַן קאָסמאָס־נסיעה. לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אויף אַן אַנדער פּלאַנעט וווינען אויך שׂכלדיקע באַשעפֿענישן. צווישן זיי זענען, מעגלעך, אויך פֿאַראַן אַזעלכע בראַווע יחידים, וואָס פֿליִען אַרויס פֿון דער פֿאַרכמאַרעטער אַטמאָספֿער פֿון זייער פּלאַנעט, האָפֿנדיק צו דערגרייכן אַמאָל די אַנדערע שטערן, אַרײַנגערעכנט דעם באַשיידענעם געלן באַלעם, וועלכן מיר רופֿן אָן „די זון‟. צי קאָן מען זיך משער זײַן, לויט אונדזער תּורה, אַז די תּושבֿים פֿון אַנדערע פּלאַנעטן שרײַבן אייגענע ספֿרים און האָבן אייגענע מחשבֿות וועגן דעם באַשעפֿער?

מיט אַ יאָר צוריק, האָט לאָראַ מיי אָנגעשריבן אין אַ בלאָג, געווידמעט דער טעמע פֿון עקזאָטעאָלאָגיע, אַ „מדרש‟ אין אָנדענק פֿונעם ייִדישן אַסטראָנויט, און געזאָגט, אַז רמונס געדאַנק, מיטצוברענגען אַ ספֿר־תּורה אין קאָסמאָס, סימבאָליזירט די פֿעיִקייט פֿון ייִדן אויסצולעבן אין די פֿינצטערסטע ערטער און תּקופֿות. הגם רמון איז טראַגיש אומגעקומען, בלײַבט זײַן נשמה אינעם הימלישן גן־עדן, און אַז ערגעץ אין אַ גאָר ווײַטער גאַלאַקטיק לערנט אַ מלמד מיט די דאָרטיקע בר־מיצווה־ייִנגלעך צו לייענען אַ פּסוק מיטן טראָפּ.

די זעלבע שרײַבערין, זײַענדיק אַליין לאוו־דווקא אַ ייִדישע פֿרוי, ציטירט דעם הײַנטצײַטיקן ספֿרדישן מקובל אַריאל בר־צדוק, וועלכער שרײַבט, אַז די קומענדיקע ביאת־המשיח קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַן אינוואַזיע פֿון אַ פֿרעמד־פּלאַנעטישער אַרמיי. אויף זײַן וועבזײַט, וואָס טראָגט דעם אַמביציעזן נאָמען „די כּשרע תּורה‟, האָט דער דאָזיקער רבֿ טאַקע ליב צו פֿאַרגלײַכן ייִדישקייט מיט די מאָדערנע טעמעס פֿון דער וויסנשאַטפֿלעכער פֿאַנטאַסטיק.

למשל, ער זאָגט אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען, אַז מע קאָן באַטראַכטן די מלאָכים און שדים ווי קאָסמאָס־באַשעפֿענישן. אַ טייל פֿון זיי לעבן, מעגלעך, אין העכערע דימענסיעס און קוקן אויף אונדז ווי אויף פּערסאָנאַזשן פֿון אַ קאָמפּיוטער־שפּיל. אַ טייל אַנדערע מלאָכים געהערן צו אונדזער וועלט און באַשטייען, מעגלעך, פֿון גאַז אָדער ענערגיע. די אַנשי־סדום האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו זייערע געסט, ווײַל זיי האָבן אויסגעזען ווי געוויינטלעכע גשמיותדיקע מענטשן; די געסט האָבן זיי אָבער אָנגעלערנט אַ לימוד, ווײַל מיט זייער חבֿרה, באַוואָפֿנט מיט קאָסמישער ענערגיע, איז בעסער נישט אָנהייבן.

הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער רבֿ, פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה און אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין די בעל-תּשובֿישע פֿרומע קרײַזן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, ברענגט אַפֿילו קאָנקרעטע ציפֿערן און בײַשפּילן פֿון קאָסמישע ציוויליזאַציעס. לויט הרבֿ חסדאי קרשׂקשׂ, אַ באַקאַנטער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, האָבן די חז״ל מרמז געווען, אַז אינעם אוניווערס קאָנען זײַן 18,000 פּלאַנעטן מיט אייגענע ציוויליזאַציעס. הרבֿ פּינסח־אליהו הורוויץ האָט מיט איבער 200 יאָר צוריק געמאָלדן אין זײַן קלאַסישן „ספֿר־הברית‟, אַז אויף אַנדערע פּלאַנעטן מוזן זײַן זייערע אייגענע תּושבֿים, הגם זיי זעען אויס זיכער אַנדערש ווי אַ געוויינטלעכער מענטש און קאָנען נישט האָבן אַ בחירה־חפֿשית אינעם מענטשלעכן זין, ווײַל דאָס איז, לויט אים, אונדזער אוניקאַלע מתּנה פֿונעם אייבערשטן.

הרבֿ יהודה־לייב אַשלג, דער באַרימטער מקובל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכער איז געווען גוט באַקאַנט מיט דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿיע און האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגענע ווערסיע פֿון דער ראַדיקאַל־לינקער קאָמוניסטישער אידעע, האָט אויך דערמאָנט די מעגלעכע תּושבֿים פֿון אַנדערע פּלאַנעטן אין זײַנע ווערק. ער האָט אָבער געהאַלטן, אַז די מענטשן אויף אונדזער פּלאַנעט זאָלן זיך פֿאָקוסירן אויף די אייגענע פּראָבלעמען. כּל־זמן רעאַלע שליחים פֿון אַנדערע ציוויליזאַציעס האָבן זיך נאָך נישט באַוויזן, קאָן מען מיט זיי נישט שאַפֿן אַ צווישן־פּלאַנעטישן אינטערנאַציאָנאַל און ממילא בלײַבט זייער מעגלעכע עקזיסטענץ אַ נישט אַקטועלע פֿראַגע.

גרשום שלום האָט אַנטדעקט אַן אַלטן קבלה־מדרש, לויט וועלכן אין די פֿריִערדיקע אוניווערסן איז שוין געשען אַן אייגענע ביאת־המשיח. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז דאָרטן איז אויך שוין געשען אַן אייגענער גלות און, ממילא, האָבן געלעבט אייגענע ייִדן. מע מוז נישט זײַן אַ ייִד אָדער בכלל אַ מענטש, כּדי צו זײַן אַ הויך־אַנטוויקלטע רוחניותדיקע באַשעפֿעניש. אַדרבה, אינעם קלאַסישן קבלה־ספֿר „שערי גן העדן‟ שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז די וויכטיקסטע תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ אָבינו און משה רבינו, זענען גילגולים פֿון די אַנדערע וועלטן. הרבֿ אַבֿרהם אַזולאי, אַן אַנדער באַקאַנטער קלאַסישער מקובל, דערקלערט, אַז צווישן שדים קאָנען זײַן אייגענע בעל־תּשובֿות, וועלכע קאָנען קומען נאָכן טויט אין אַן אייגענעם גן־עדן.

אין אַ גאַנצער ריי קבלה־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז אין אַנדערע וועלטן, אַרײַנגערעכנט די פֿריִערדיקע און צוקונפֿטיקע תּקופֿות פֿון אונדזער וועלט, קאָן די תּורה אויסזען און אָפּגעטײַטשט ווערן אינגאַנצן אַנדערש. אויב מע קאָמבינירט די דערמאָנטע שיטות פֿון גאַנץ טראַדיציאָנעלע ייִדישע ספֿרים, קאָן מען זיך טאַקע פֿאָרשטעלן, אַז ערגעץ אין אַן אַנדער גאַלאַקטיק קנעלן די מלמדים די חומש־פּסוקים מיט קינדער, הגם אַלץ — תּורה, קינדער, מלמדים, ייִדן — קאָן דאָרטן האָבן ווייניק שײַכות צו אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿון די דאָזיקע באַגריפֿן.

דעם 7טן יאַנואַר, האָט די באַקאַנטע אַסטראָנאָמישע וועבזײַט „Universe Today‟ איבערגעגעבן, אַז אַ דאַנק די נײַסטע טעכנאָלאָגיעס, האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ דירעקטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פּלאַנעט, וואָס דרייט זיך אַרום דעם העלן שטערן בעטאַ־פּיקטאָריס 63 ליכט־יאָר פֿון דער ערד. צי לעבן דאָרטן לעבעדיקע באַשעפֿענישן? ס׳זעט אויס, אַז נישט, ווײַל די טעמפּעראַטור דערגרייכט דאָרטן בערך 2400 פֿאַרענהײַט־גראַד. עס שאַט אָבער נישט צו פֿאַנטאַזירן, אַז דער מצבֿ פֿון די בשכנותדיקע פּלאַנעטן קאָן זײַן אַ סך מער פּאַסיק פֿאַרן לעבן.