דער גרעסטער עירובֿ אין ענגלאַנד

Largest Eruv in the U.K.

חסידישע ייִדן אין ענגלאַנד
Getty Images
חסידישע ייִדן אין ענגלאַנד

פֿון ייִט״אַ

Published January 09, 2014, issue of January 31, 2014.

נאָך דער לאַנגער אַרבעט, האָט אין מאַנטשעסטער אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן דער גרעסטער עירובֿ אינעם לאַנד. די פּלאַנירונג און קאָנסטרוקציע פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר די סאַמע טעכניש־קאָמפּליצירטע באַצוימונג־סיסטעם אין גרויס־בריטאַניע, ווי עס האָט איבערגעגעבן די לאָנדאָנער ייִדישע צײַטונג „דזשויִש קראָניקלס‟, האָט געדויערט 10 יאָר.

במשך פֿון 10 טעג, האָבן די עירובֿ־מומחים פֿון ירושלים איספּעקטירט די ריזיקע 13־מײַליקע קאָנסטרוקציע. פֿרײַטיק, דעם 3טן יאַנואַר, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז די ייִדן מעגן טראָגן זייערע חפֿצים שבת אויך דער גאַס אינמיטן דעם נײַעם עירובֿ, וואָס נעמט אַרום דרײַ גאַנצע געגנטן אין מאַנטשעסטער. על־פּי־הלכה, טאָר מען נישט טראָגן אין דרויסן שבת אַזעלכע זאַכן, ווי קינדער־וועגעלעך אָן אַן עירובֿ, דעריבער וועט די נײַע קאָנטרוקציע מאַכן גרינגער דאָס לעבן פֿון דער גרויסער מאַנטשעסטערער פֿרומער קהילה.

אין דער זעלבער צײַט, האָט די „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסע ליסטע פֿון פּראָדוקטן, וואָס זענען כּשר, לויט די כּשרות־אינסטאַנצן אין אייראָפּע. די אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס איז די ערשטע רשימה פֿון אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם. אין דער נײַער אינטערנעץ־ליסטע קאָן מען אויפֿזוכן די פּראָדוקטן לויט די לענדער, פֿירמעס, טיפּן פֿון שפּײַז און הכשרים.

הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, האָט געזאָגט, אַז דער נײַער אינטערנעץ־רעסורס איז אַ „פֿאַנטאַסטישער בײַשפּיל פֿון דעם, ווי די הײַנטצײַטיקע טעכנאָלאָגיעס קאָנען מאַכן דאָס רעליגיעזע לעבן אַ ביסל גרינגער‟. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז די שאַפֿער פֿון דער רשימה האָבן שווער געאַרבעט איבער איר במשך פֿון עטלעכע חדשים, און וועלן זי ווײַטער פֿאַרבעסערן און פֿאַרגרעסערן.