צוויי וועלטן

Two Worlds

מנחם שטאַרק
vos iz neias
מנחם שטאַרק

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 10, 2014, issue of January 31, 2014.

איך בין נאָר וואָס געקומען פֿון אייראָפּע, כאַפּ זיך אויף דערווײַל אַרום פֿיר אַ זייגער אין דער פֿרי און בין, בכלל, נאָך ניט אין גאַנצן אַרײַן אין דעם ריטעם פֿון ניו-יאָרקער (מסוכּן קאַלטן!) לעבן. דאַכט זיך, אין גאַנצן דרײַ וואָכן זײַנען אַדורך, אָבער ניו-יאָרק איז אַ שטאָט, וווּ אין משך פֿון אַזאַ קורצער צײַט קומען פֿאָר זייער אַ סך געשעענישן. למשל, נעכטן בין איך געפֿאָרן שפּעט אַהיים, און דער פֿרידזשידער איז בײַ מיר נאָך אַלץ אין גאַנצן ליידיק. אָבער איך האָב געוווּסט, אַז לעבן מיר איז תּמיד אָפֿן אַ געשעפֿט, וואָס וועט מיר ניט לאָזן שטאַרבן פֿאַר הונגער. לאָזט זיך אויס, אַז דאָס דאָזיקע געשעפֿט איז דווקא איצט פֿאַרמאַכט, אָבער אַנטקעגן אים האָט זיך באַוויזן אַ קרעמל, וווּ מע קען קויפֿן אַ גאַנץ לײַטישע פּיצע. האָב איך שוין געהאַט אַ שטיקל פּיצע אויף וועטשערע און אויף איבערצובײַסן דעם צווייטן אינדערפֿרי.

צו די נײַעס דאַרף מען אויך פֿון ס‘נײַ צוגעוווינט ווערן. די אייראָפּעיִשע מעדיאַ גייט דאָך ניט אַרײַן אין אַלע פּרטים פֿון די אַמעריקאַנער געשעענישן. נאָר דאָ האָב איך פֿאַרשטאַנען דעם ריכטיקן פֿאַרנעם פֿון די נײַעס וועגן דעם ווילד-טראַגישן טויט פֿונעם וויליאַמסבורגער חסידישן געשעפֿטסמאַן מנחם שטאַרק. אַ באַלעבאָס פֿון אַ היפּש ביסל דירות און אַ וויכטיקער בעל-צדקה אין דער סאַטמאַרער סבֿיבֿה, איז מנחם שטאַרק דערמאָרדעט געוואָרן, און דערווײַל בלײַבט ניט קלאָר, ווער עס האָט אָפּגעטאָן די דאָזיקע גזלנישע זאַך. עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז דער פּאָליציי וועט זיך אײַנגעבן צו אַנטפּלעקן דעם סוד פֿון דער קרימינעלער געשיכטע. אמת, דעם מענטשן וועט עס שוין, ליידער, ניט אויפֿלעבן.

פֿון די פּרטים, וואָס זײַנען צוטריטלעך דורך דער מעדיאַ, איז קלאָר, אַז די רייד גייט דאָ וועגן אַ צונויפֿשטויס פֿון צוויי וועלטן: דער חסידישער וועלט און דער אַרומיקער וועלט. דער סיפּור-המעשׂה איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין נײַער. מיט יאָרן צוריק האָב איך געקויפֿט אַ פּאָר קרימינעלע ראָמאַנען אין אַ ניו-יאָרקער חסידישן ביכער-געשעפֿט. ביידע געשיכטעס זײַנען געווען געבויט אַרום עפּעס אַ סכּנה, וואָס האָט געדראָט מצד פֿאַרשיידענע ניט-חסידישע שוואַרצע כּוחות. אמת, אין די ביכער איז דער סוף געווען אַ גליקלעכער — אַ רבי האָט זיך אַרײַנגעמישט און אַלץ בשלום אויסגעסדרט. אין דעם איצטיקן, ניט קיין ליטעראַרישן, פֿאַל איז, צום באַדויערן, קיין שלום-מאַכנדיקער רבי ניט געווען אונטער דער האַנט.

ס‘איז באַוווּסט, אַז מנחם שטאַרק האָט געבאָרגט מיליאָנען דאָלאַרן, אַ פּנים, בײַ דער „צווייטער וועלט‟, און האָט, ווי מע זאָגט, די דאָזיקע חובֿות ניט אויסגעצאָלט. עס זעט אויס דערצו, אַז די רייד גייט ניט וועגן נאָרמאַלע בענק, נאָר וועגן די אַזוי גערופֿענע „הײַפֿיש‟, בײַ וועלכע עס הערשן אייגענע געזעצן. מע זאָגט אויך, אַז די קוואַרטיראַנטן זײַנע, אויך פֿון דער „צווייטער‟, חסידישער „וועלט‟, זײַנען אָפֿט מאָל, צי אַפֿילו בדרך-כּלל, געווען פֿון דעם סאָרט לײַט, פֿון וועלכע ס‘איז בעסער זיך האַלטן וואָס ווײַטער, בפֿרט בײַ נאַכט.

אַ סבֿרא, אַז מיר וועלן נאָך הערן ניט ווייניק וועגן די געשעפֿטן פֿון דעם אומגעבראַכטן ייִד. מע טענהט, אַז אין גאַנצן כּשר זײַנען זיי ניט געווען, וואָס, פֿאַרשטייט זיך, באַרעכטיקט ניט בשום-אופֿן זײַן טויט. טאָמער איז ער טאַקע געווען פֿאַרמישט אין שווינדלערײַ, האָט מען געדאַרפֿט אים מישפּטן און שיקן אין תּפֿיסה, ער זאָל דאָרטן אָפּזיצן די געהעריקע צאָל יאָרן און אַרויסגיין דערנאָך אַ לעבעדינקער צו דער משפּחה און די פֿרײַנד זײַנע.

אַ צונויפֿשטויס פֿון די „צוויי וועלטן‟ קומט איצט פֿאָר אויך אין דער ספֿערע פֿון אינפֿאָרמאַציע; איך מיין, דעם פּילפּול אַרום דער פּובליקאַציע אין דער „ניו-יאָרק פּאָסט‟. איך בין גאָר ניט חסיד פֿון דער דאָזיקער צײַטונג — ס‘איז פּשוט ניט מײַן סאָרט לעקטור. אָבער דער טאַראַראַם אַרום דעם אַרטיקל, און דער עיקר, זײַן טיטל — Who didn’t want him dead?, זעט מיר אויס שטאַרק איבערגעטריבן. די דאָזיקע פֿראַזע איז דאָך גענומען פֿון צענדליקער צי אַפֿילו הונדערטער דעטעקטיווע מעשׂיות. אָבער אין דער חסידישער וועלט לייענט מען זיי דאָך ניט און מע קוקט ניט די פֿילמען, אין וועלכע מע זאָגט די דאָזיקע ווערטער. פֿון דעם קומט דער ניט-אַדעקוואַטער טײַטש.