אייניקלעך

Grandchildren

פֿון הערשל גלעזער

Published January 10, 2014, issue of January 31, 2014.

אַז מיר האָבן ס’פֿריִערדיקע מאָל געשריבן וועגן זיידע־באָבע, איז נישט מיין ווי רעכט איצט צו נעמען זיך צו די אייניקלעך.

„אייניקל‟ איז נישט פֿון די גרינגע ווערטער. דער אָבֿ איז, אַ פּנים, מיטל־הויכדײַטשיש an ‘זיידע, אָבֿ’, אַ וואָרט פֿונעם עופֿעלע־ און קינדער־לשון. לויט די מקורים האָט מען אַזוי געזאָגט אויף דײַטש פֿאַר ‘זיידע’ ביזן 15טן י”ה; דעמאָלט איז אַרײַן דער טערמין Grossvater, אַ קאַלקע פֿון פֿראַנצייזיש. מיטל־הויכדײַטש eninkel, נײַ־הויכדײַטש Enkel זענען דימינוטיוון פֿון an. קען מען רעכענען, אַז דאָס ייִדישע „אייניקל‟ איז אויפֿגעקומען דורכן אַרויספֿאַלן פֿון איין n; אויף דײַטש איז מען געגאַנגען נאָך ווײַטער, איז אויך אַרויסגעפֿאַלן אַ וואָקאַל. (ס’איז בלויז אַ צופֿאַל, וואָס אויף דײַטש איז אויך פֿאַראַן Enkel, ענגליש ankle, פֿון אַן אַנדער אָפּשטאַם.)

מיטן ענגלישן grandchild איז אַזוי: מיר ווייסן שוין, אַז דאָס ענגלישע grandfather און grandmother, פּונקט ווי דאָס דײַטשישע Grossvater און Grossmutter, זענען קאַלקירט פֿונעם פֿראַנצייזישן grand-père און grand-mère. אויף פֿראַנצייזיש איז ‘אייניקל’ petit-fils ‘קליינער זון’ אָדער petite-fille ‘קליינע טאָכטער’. וואָלט זיך געלייגט אויפֿן שׂכל, ווען אויף ענגליש זאָגט מען petit(e)child. האָט מען, אָבער, איבערגעטראָגן דאָס אומלאָגישע grand אויך אויפֿן אייניקל. דײַטש איז, פֿאַרשטייט זיך, דאָ געבליבן בײַ אַ היימיש וואָרט, נישט קיין לײַוואָרט, אָבער אויך אַן אומלאָגישס: „אייניקל‟ איז דאָך היסטאָריש אַ דימינוטיוו פֿון an, נאָר צי איז אַן אייניקל דען אַ קליינער זיידע? אָבער אין אַזאַ פּרט טאָר מען דאָך נישט זוכן קיין לאָגיק. חוץ דעם ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז בײַ די דײַטשן אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען: למשל, דאָס אַלטלעכע וואָרט Muhme ‘מומע פֿון דער מאַמעס צד’ האָט אַ דימינוטיוו Mühmlein ‘פּלימעניצע, שוועסטערס טאָכטער’.

בײַ די אַנדערע גערמאַנען לייגן זיך די טערמינען מער אויפֿן שׂכל: ס’האָלענדישע kleinzoon און kleindochter זענען אין גאַנצן ווי אויף פֿראַנצייזיש אאַז”וו.

די פֿראַנצייזישע טערמינען האָבן מיר שוין באַגעגנט. דאָס שפּאַנישע nieto און nieta, ס’פּאָרטוגאַלישע neto און neta, ס’רומענישע nepot און nepoată און איטאַליענישע nipote נעמען זיך פֿונעם לאַטײַנישן neptis. (די רומענישע ווערטער זענען אויך טײַטש ‘פּלימעניק’ און ‘פּלימעניצע’, וואָס וועגן דעם וועלן מיר שרײַבן באַזונדער.) די דאָזיקע ווערטער וואַקסן פֿון אַן אינדאָאייראָפּעיִשן שורש וואָס איז טײַטש ‘אומדירעקטער אָפּשטאַמלינג’. דער שורש האָט אָפּשלאָגן אויך אין די אינדישע און איראַנישע לשונות (אַ שטייגער, סאַנסקריטיש nāpāt).

בײַ די סלאַוון איז זייער פּשוט: vnuk, מיט אַ צאָל ענלעכע וואַריאַנטן. דערפֿון איז די עטימאָלאָגיע נישט קלאָר, נאָר ס’קער זיך נעמען פֿון אַן אַלט וואָרט un ‘זיידע’ מיט אַ דימינוטיוון סופֿיקס, אַזוי ווי „אייניקל”. פֿון סלאַוויש נעמען זיך די לײַווערטער ס’ליטווישע anukas און ס’אונגערישע unoka.

דאָס לשון־קודשע „נכד‟ ‘אייניקל’ איז אין תּנך געווען טײַטש סתּם ‘אָפּשטאַמלינג’ און איז שפּעטער, אין מיטל־עלטער, אײַנגעענגט געוואָרן. סטוטשקאָוו גיט אָן, אַז אויף ייִדיש זאָגט מען „נכד‟ אויף אַ רבינס אַן אייניקל. דאָס טשיקאַווע דערבײַ איז, אָבער, נישט דאָס וואָרט, נאָר אַן אַנדער וואָרט „נין”, פֿריִער אויך סתּם ‘אָפּשטאַמלינג’, הײַנט ‘אוראייניקל’. דאָס איז דער איינציקער פֿאַל וואָס איז מיר באַקאַנטw וווּ דאָס וואָרט פֿאַר ‘אוראייניקל’ איז נישט קיין צונויפֿהעפֿט, נאָר אַ פּשוט וואָרט.

בײַ סטוטשקאָוון זענען מיט „אייניקל” נישטאָ קיין סך ווערטלעך. אָט איז אַן אָפּקלײַב פֿון דעם וואָס ער האָט יאָ:

„אַן אייניקל האָט מען ליבער ווי אַן אייגן קינד‟; כּל־זמן מײַן זיידע האָט געהאַט נאָר אייניקלעך, פֿלעג ער רעדן נאָר פֿון זיי, נישט פֿון זײַנע קינדער; ווי נאָר ס’איז געבוירן געוואָרן ס’ערשטע אוראייניקל, האָט ער גערעדט בלויז פֿונעם אוראייניקל…

וועגן אַ בעל־גאווה קען מען זאָגן: „ער מיינט, אַז ער איז גראַף פּאָטאָצקיס אַן אייניקל‟.

וועגן אַ גאַסטפֿרײַנדלעכן קען מען זאָגן: „ער איז פֿון אַבֿרהם אָבֿינוס אייניקלעך‟.

אַ גנבֿ איז „דעם אַלטן גנבֿס אַן אוראייניקל‟. וועגן דעם האָט עמנואל אָלשוואַנגער אַ פּאַסיקן אַנעקדאָט (רויטע פּאָמעראַנצן, 1947, ז’ 105, איבערגעגעבן מיט זײַן לשון):

בײַ אַ יונגע פּאָר איז געבאָרן געוואָרן אַ זון. איז געוויינטלעך געווען אַ שׂימחה אין שטוב. טאַטע־מאַמע זײַנען געווען פּראָסטע מענטשן: דעם יונגן טאַטנס טאַטע איז געווען אַ שיכּור און דער יונגער מאַמעס טאַטע איז געווען אַ גנבֿ. האָבן זיך די יונגע טאַטע־מאַמע אָנגעהויבן צו קריגן ווי מען זאָל אַ נאָמען געבן דעם ייִנגל. ער האָט געוועלט, מען זאָל אים אַ נאָמען געבן נאָך זײַן טאַטן, און זי האָט געוועלט ניט אַנדערש נאָך איר טאַטן. און אַז מאַן און ווײַב הייבן זיך אָן קריגן, איז דאָס בלי קץ. האָבן זיי באַשלאָסן גיין צום רבֿ. זיי קומען צום רבֿ, הערט זיי דער רבֿ אויס און פֿרעגט אים: „ווי האָט געהייסן דײַן טאַטע?‟ זאָגט דער מאַן: „מײַן טאַטע האָט געהייסן אַבֿרהם־דוד‟. פֿרעגט דער רבֿ דער ווײַב: „נו, און ווי האָט געהייסן דײַן טאַטע?‟ זאָגט זי: „אַבֿרהם־יצחק‟. זאָגט דער רבֿ: „איז דאָך גוט, וואָס ווילט איר? רופֿט דעם ייִנגל אַבֿרהם. אײַ וואָס? נאָך וועלכן אַבֿרהם? וועט איר זען שפּעטער: וועט דער ייִנגל אויסוואַקסן אַ שיכּור, וועט דאָס זײַן נאָך דעם טאַטנס טאַטן, און אויב ער וועט אויסוואַקסן אַ גנבֿ, וועט דאָס זײַן נאָך דער מאַמענס טאַטן‟.