טאַנצן אויף צוויי חתונות

Dancing at two weddings

Getty Images

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 12, 2014, issue of January 31, 2014.

אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם. להיפּוך, אַז מענטשן האָבן גאָרנישט בעסער צו טאָן, הייבן זיי אָן שיסן איינער אינעם צווייטן צוליב נאַרישע סיבות. איך ווייסט נישט, צי אין דער מענטשלעכע געשיכטע איז שוין געווען אַ פֿאַל פֿון אַן ערנסטער קריגערײַ צוליב אַ בעזעם, אָבער אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט גייט שוין לאַנג אָן אַ גאַנצע מלחמה קעגן מאָדערנע צעל־טעלעפֿאָנען.

דעם 24סטן דעצעמבער, אַקוראַט ערבֿ דער גוייִשער חגא, האָט די פּאָפּולערע פֿרומע וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟ איבערגעגעבן, אַז הרבֿ אַהרן פֿײַנהאַנדלער, וועלכער פֿירן אָן מיטן „וועד פֿאַר כּשרע קאָמוניקאַציעס‟, האָט לעצטנס באַזוכט הרבֿ חיים קאַניעווסקי, איינער פֿון די וויכטיקסטע פּוסקים אין דער ליטוויש־חרדישער וועלט, כּדי צו באַהאַנדלען דעם „געפֿערלעכן ענין‟ פֿון טעלעפֿאָנען. דאָס אייניקל פֿונעם פּוסק, הרבֿ אַריה קאַניעווסקי, איז בײַגעווען בײַ דער דאָזיקער היסטאָרישער באַגעגעניש.

די פֿרומע וועבזײַט „כּיכּר־שבת‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו פֿון פֿײַנהאַנדלער, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז בעתן שמועס האָט הרבֿ קאַניעווסקי געפּסקנט, אַז אַ ייִד, וואָס האָט אַן „אײַפֿאָן‟ צי אַן אַנדער מכשיר, וואָס דערמעגלעכט אַ פֿרײַען צוטריט צו דער אינטערנעץ, טאָר נישט דינען ווי אַן עדות בײַ אַ חתונה אָדער בײַ אַ גט. אויב אַפֿילו אַזאַ חתונה איז שוין געשען, און ערשט שפּעטער האָט מען אויסגעפֿונען, אַז איינער פֿון די עדות פֿאַרמאָגט אַ מכשיר מיט אַן אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג, מוז מען צום צווייטן מאָל שטעלן אַ חופּה.

מע זאָגט, אַז מע קאָן נישט טאַנצן אויף צוויי חתונות. עס באַקומט זיך אָבער, אַז, אַ דאַנק די הײַנטצײַטיקע טעכנאָלאָגיעס, קאָן דאָס זעלבע פּאָרפֿאָלק מאַכן חתונות כאָטש יעדע וואָך — כּל־זמן בײַ די געסט, וואָס חתמענען די כּתובה, ליגט אין קעשענע די עלעקטראָנישע כּלי, וואָס פֿאַרמאָגט דעם מיסטישן כּוח צו פֿאַרוואַנדלען די פּאָרפֿעלקער צוריק אין פֿרישע חתן־כּלות.

פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אפֿשר די מנהיגים פֿונעם „וועד לטוהר התּקשרות‟ טאַקע גערעכט. ס׳רובֿ ייִדן אין דער הײַנטיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿרומע, האָבן די מאָדערנע צעל־טעלעפֿאָנען און באַנוצן זיך יאָ מיט דער אינטערנעץ. ממילא, האָבן די יונגע ווײַבער, אין דער אמתן, קיינמאָל נישט חתונה געהאַט און דערפֿאַר איז די מיצווה „לא תּנאף‟ אויף זיי נישט חל. אַ טעלעפֿאָן שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר ממש אַ געפֿערלעכן מכשיר!

ווען עס קומט צו אַ גט, אָבער, איז נישטאָ וואָס צו לאַכן. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ פֿרוי האָט זיך געגט, נאָכאַמאָל חתונה געהאַט, פֿאַרגאַנגען אין טראָגן און אָט, נאַט אײַך, קלינגט בײַ איינעם פֿון איר „עדי חתימה ועדי מסירה‟ אַ טעלעפֿאָן. אָדער, נאָך ערגער, מע געפֿינט אויס, אַז ער האָט אַ זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟. וועט דאָס קינד פֿון אַזאַ פֿרוי, חלילה, האָבן אין געוויסע קרײַזן אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ ממזר? דער נײַער פּסק שאַפֿט אויך אַ פֿעסטן באָדן פֿאַר כּלערליי אינטריגעס מצד אַ מאַן, וואָס וויל זיך נישט גטן.

ווײַטער ווערט הרבֿ פֿײַנהאַנדלערס בריוו נאָך מער חידושדיק. נישט בלויז די פֿרויען־מיקוות זענען נישט כּשר, אויב זיי זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך די טעלעפֿאָן־פֿאַרמאָגער, נאָר אַפֿילו די טוקערין טאָר נישט האָבן אַזאַ מכשיר. די פֿרומע קעגנער פֿון דער אינטערנעץ טענהן כּסדר, אַז די אינטערנעץ איז „פֿול מיט שמוץ‟. אין זייער מענערישער פֿאַנטאַזיע שטעלן זיי זיך פֿאָר, אַוודאי, נאַקעטע נקבֿות. וואָס זשע קאָן זײַן פֿאַר אַ טוקערין אַזוי חידושדיקס צו זען אויף דער אינטערנעץ? ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ שפּאַס אין שײַכות צו אַ געוויס וואָרט, מיט וועלכן אַ טייל ייִדישיסטן באַצייכענען אַ צעל־טעלעפֿאָן — „צעלקע‟, וואָס אויף אַ וווּלגאַרן רוסיש מיינט עס, בתולה.

ס׳רובֿ קאָמענטאַטאָרן אין דער „ישיבֿה־וועלט‟ און אַנדערע פֿרומע וועבזײַטן האָבן זיך באַצויגן סקעפּטיש צו פֿײַנהאַנדלערס בריוו אָדער האָבן געמאַכט חוזק דערפֿון. אַ טייל האָבן אויסגעדריקט די השערה, אַז הרבֿ קאַניעווסקי אַליין וואָלט נישט געקאָנט אַרויסקומען מיט אַזאַ אויסטערלישן פּסק. צום באַדויערן, איז פֿײַנהאַנדלער נישט דער איינציקער רבֿ, וואָס האַלט די באַנוצער פֿון אינטערנעץ־מכשירים פֿאַר פּסולי־עדות. מיט אַ יאָר צוריק, האָט הרבֿ יוסף־זאַבֿ פֿײַנשטיין, אַ ירושלימער ראָש־ישיבֿה פֿאַרווערט אַ קאָנקרעטן מענטש צו דינען ווי אַ חתונה־עדות, ווײַל ער האָט געהאַט אַן „אײַפֿאָן‟ אין זײַן קעשענע.

הרבֿ אַהרן ביטבול, דער שווער פֿון עובֿדיה יוסף, אַ באַקאַנטער ספֿרדישער פּוסק, האָט מיט אַ חודש צוריק פֿאַרווערט די פֿאַרמאָגער פֿון „אײַפֿאָנס‟ צו דינען ווי אַ חזן און צוגעגעבן, אַז אַזאַ מענטש קאָן נישט זײַן „בן־תּורה‟ — אַן עכטער פֿרומער ייִד. אַ ריי רבנים האָבן גערופֿן צו פֿאַרברענען אָדער צעשמעטערן די אינטערנעץ־טעלעפֿאָנען, און אַפֿילו צוגנבֿענען זיי בײַ אַנדערע פֿרומע ייִדן.

אַוודאי, זענען די באַזוכער פֿון פֿרומע וועבזײַטן געשטימט קעגן אַזעלכע פּסקי־דינים און הנהגות, ווײַל זיי אַליין זיצן שעהענווײַז אין דער אינטערנעץ. אין אַנדערע פֿרומע קרײַזן, בפֿרט צווישן די חסידים, נעמט מען עס אָבער אָן ערנסט. מיט איבער אַ יאָר צוריק, איז חיים קאַניעווסקי שוין אַרויסגעטראָטן מיט אַן אַנדער חידושדיקן פּסק, אַז נישט בלויז מען טאָר נישט פֿאַרמאָגן אַן „אײַפֿאָן‟, נאָר אויב מע האָט אים שוין, מוז מען אים פֿאַרברענען, און בשום אופֿן נישט פֿאַרקויפֿן צו אַ גוי, ווײַל אַזאַ געפֿערלעכער מכשיר קאָן, לויט אים, מאַכן, חלילה, אַ היזק אַפֿילו אין די גוייִשע הענט. ס׳זעט אויס, אַז דער נײַער פּסק איז טאַקע אַן אויטענטישער, ווײַל עס שטימט מיט די דעות פֿונעם דאָזיקן פּוסק.

על־פּי־הלכה, טאָר נישט דינען ווי אַן עדות אַ מענטש, וואָס איז במזיד באַגאַנגען אַן איסור־דאורייתא, וואָס וואָלט געקאָנט, טעאָרעטיש, באַשטראָפֿט ווערן מיט מלקות, טויט־שטראָף אָדער כּרת — אַ שטראָף פֿון הימל, ווען עמעצנס נשמה ווערט „אָפּגעריסן‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — ווי אויך גנבֿים און אַנדערע מענטשן, וואָס טוען עבֿירות צוליב געלט. כּדי עמעצן צו דיסקוואַליפֿיצירן, מוז מען ברענגען צוויי אַנדערע כּשרע עדות, וועלכע האָבן געזען יענעם מענטש זינדיקן און קאָנען אָנווײַזן, אַז ער האָט געטאָן אַן עבֿירה טאַקע בכּיוון. הגם ס׳איז בעסער צו ברענגען די בעסטע און פֿרומסטע עדות מיט אַ רעפּוטאַציע פֿון ירא־שמים און תּלמידי־חכמים, טאָר מען נישט פּסלענען אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס זעט אויס מער־ווייניקער פֿרום.

דער נײַער פּסק קומט פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער „ריינקייט פֿון קאָמוניקאַציעס‟. הגם דאָס גלאָצן אויף „אומריינקייט‟ איז נישט די כּשרסטע באַשעפֿטיקונג אויף דער וועלט, געהערט עס נישט צו דער דערמאָנטער קאַטעגאָריע פֿון גראָבע עבֿירות. צו שלאָפֿן מיט שיקסעס איז, לויט ס׳רובֿ דעות, בלויז אַן איסור־דרבנן און נישט אַ דירעקטער תּורה־פֿאַרבאָט — סײַדן מע טוט עס מיט אַ פֿרוי, וואָס דינט אַן עכטע עבֿודה־זרה גלײַך פֿאַר די אויגן פֿון אַ גאַנצן מנין ייִדן.

ווען עס וואָלט געגאַנגען די רייד וועגן אַ מענטש, וואָס דרייט זיך כּסדר אָפֿענערהייט מיט שיקסעס מיט אַ פּעקל פּאָרנאָגראַפֿישע זשורנאַלן אין דער האַנט, קאָן מען פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ בית־דין וואָלט נישט געוואָלט אַזאַ עדות — הגם ס׳איז נאָך אַלץ נישט קלאָר, אַז ער וואָלט געווען פּסול.

דער נײַער פּסק איז אָבער באַגרינדעט בלויז אויפֿן טעאָרעטישן חשד, אַז די אינטערנעץ קאָן ברענגען צו „שמוציקע‟ עבֿירות. לויט דער זעלבער לאָגיק, קאָן מען אויך פֿאַרווערן צו דינען ווי אַ עדות אַ מענטש, וואָס האָט ליב צו שפּאַצירן שפּעט בײַ נאַכט אויף די גאַסן, האָט ליב צו מאַכן אַ לחיים אין אַ שענק און ווער ווייס וווּ נאָך, ווײַל דאָרטן קאָן מען אויך טרעפֿן שיינע שיקסעס אויף אַ אַלטמאָדישן אופֿן, אָן קיין קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס.

בקיצור, עס לייגט זיך נישט דער דאָזיקער פּסק אויפֿן שׂכל, אויב מע איז זיך משער, אַז פֿאַר די חרדישע קריטיקער איז די אינטערנעץ, דער עיקר, אַ קוואַל פֿון זנות און פּאָרנאָגראַפֿיע. ווי מע זעט אָבער פֿון די שאַרפֿע פּסקי־דינים, לויט וועלכע מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן אַ צעל־טעלעפֿאָן מיט דער אינטערנעץ אַפֿילו צו אַ גוי, איז עס קלאָר, אַז דער ענין איז אַ סך ברייטער.

די חרדישע קעגנער פֿון דער אינטערנעץ באַטראַכטן עס ווי אַ צוטריט צו „גוייִשקייט‟ — דהײַנו, צו דער ברייטער וועלט, וווּ מע קאָן זיך באַגיין אָן דעם שטרענגן קאָנטראָל פֿון די רבנים און פֿאַרשיידענע „וועדים‟. צוליב דער אינטערנעץ, קאָן מען זיך גרינג פֿאַרבינדן אין דער היים אָדער פֿאָרנדיק אין טראַנספּאָרט, מיט פֿאַרשיידענע מענטשן אויף דער פֿאַרקערטער זײַט פֿונעם גלאָבוס.

דער „שמוץ‟ איז בלויז אַ תּירוץ. די ליובאַוויטשער חסידים, וועלכע זענען אויך קעגן שיקסעס און פּאָרנאָגראַפֿיע, שטיצן דווקא יאָ די אינטערנעץ, ווײַל אַ ייִד, לויט זייער שיטה, מוז זײַן דווקא באַקאַנט מיט דער וועלט, כּדי מבֿרר צו זײַן די ניצוצות־הקדושה פֿון אַלע זאַכן. אַ טייל בראַצלעווער חסידים איגנאָרירן אויך די פּסקים קעגן דער אינטערנעץ, צוליב פּונקט דער זעלבער סיבה.

פֿון זייער פּערספּעקטיוו, זענען די חרדים טאַקע גערעכט. די גאַנצע הײַנטיקע חרדישע באַוועגונג איז פֿאַקטיש באַגרינדעט אויף איר איזאָלאַציע פֿון דער „גוייִשער‟ וועלט. אָפֿט באַטראַכטן זיי די אַנדערע, מער מאָדערנע ייִדישע קהילות אויך ווי „שקצים‟. די אינטערנעץ זעט פֿאַר זיי אויס ווי עפּעס, וואָס דראָט דער עצם־עקזיסטענץ פֿון זייער שיטה.

צי האָט אַזאַ צוגאַנג, אָבער, אַ שײַכות צו חסידות? די ליובאַוויטשער חסידים האַלטן בפֿירוש, אַז נישט. עס קאָן זײַן, אַז די הײַנטיקע נאַרישע מלחמה קעגן די צעל־טעלעפֿאָנען וועט ווײַזן מער מענטשן, אַז חסידות און התנגדות בלײַבן נאָך אַלץ היפּוכדיקע שיטות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.