גוש־קטיף: אַכט יאָר נאָכן גירוש

Gush Katif: 8 Years After the Evacuation

אַ סך פֿון די געוועזענע אײַנוווינער פֿון גוש־קטיף געפֿינען זיך הײַנט אין ניצן (ניצאַן), אַ שטעטל צווישן אַשקלון און אַשדוד. אויפֿן בילד: אַ גרופּע קינדער באַמאָלן די ווענט פֿון אַ מיקלט אין ניצן
אַ סך פֿון די געוועזענע אײַנוווינער פֿון גוש־קטיף געפֿינען זיך הײַנט אין ניצן (ניצאַן), אַ שטעטל צווישן אַשקלון און אַשדוד. אויפֿן בילד: אַ גרופּע קינדער באַמאָלן די ווענט פֿון אַ מיקלט אין ניצן

פֿון אלי שיפֿרין

Published January 15, 2014, issue of January 31, 2014.

נאָך אַכט יאָר זינט יענעם טרויעריקן טאָג, ווען נאָכן באַפֿעל פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון זייערע הײַזער די אײַנוווינער פֿון דעם בליִענדיקן ייִשובֿ גוש־קטיף, וואָס זיי האָבן מיט זייערע אייגענע הענט געבויט אויף די זאַמדן פֿונעם ברענענדיקן מידבר; נאָכן חרובֿ מאַכן זייערע ווירטשאַפֿטלעכע פֿאַרמען און אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, שולן און שילן, געזעלשאַפֿטלעכע צענטערס, — איצט נאָך די אַלע שווערע יאָרן שטייט אויף אַ נײַער גוש־קטיף אויף דרום פֿונעם לאַנד.

די אַרויסגעטריבענע אײַנוווינער, וואָס צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניצול געוואָרענע פֿונעם חורבן, רעפּאַטריאַנטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל צו בויען און פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מדינה, האָבן געפֿונען אין זיך מוט און כּוח נאָכן איבערגעלעבטן מסוכּנעם קלאַפּ, צו בויען זייער לעבן אויף ס’נײַ.

וואָס זשע זײַנען די צילן בײַ די עקשנים? וואָס טרײַבט זיי ווידער אויפֿן ברענענדיקן זאַמד אויפֿצושטעלן אַ נײַעם ייִשובֿ?

זייערע צוויי הויפּט־צילן זײַנען: צו פֿאַרהיטן דעם אוניקאַלן קהילה־שטייגער, וואָס האַלט זיך אויף די תּורה־יסודות לטובֿת דעם לאַנד און עם־ישׂראל; און צו שאַפֿן אויף דער ערד פֿון ארץ־ישׂראל, דאָס הייסט, אויף די נישט־באַלעבטע שטחים נײַע ייִשובֿים און ווירטשאַפֿטלעכע פֿאַרמען, קודם־כּל, אינעם מידבר פֿון נגבֿ און דער לכיש־געגנט.

איך צווייפֿל נישט, אַז די הויפּט־סיבה פֿון חרובֿ מאַכן גוש־קטיף, איז געווען נישט אַזוי דער „שלום־פּראָצעס‟ גופֿא — נאָר אַ משוגענעם קאָן אײַנפֿאַלן אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז מע קאָן קומען צו אַ שלום, איבערגעבנדיק דעם שׂונא אַ טעריטאָריע, וואָס שוואַכט סטראַטעגיש אָפּ די זיכערהייט פֿון ישׂראל. אַריאל שרון און זײַן אַדמיניסטראַציע זײַנען קיין משוגעים נישט געווען. זייער ציל איז געווען צו צעשטערן דעם אופֿן פֿון לעבן אין אַ ייִדישער מדינה, אויף וועלכן ס’האָט זיך אויפֿגעהאַלטן די קהילה אין גוש־קטיף; אַז מע קען לעבן, אָנשפּאַרנדיק זיך אויף די געזעצן פֿון דער תּורה, און דערבײַ פֿירן אַ דערפֿאָלגרײַכע ווירטשאַפֿט, שאַפֿנדיק מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און דערציִען נײַע דורות, וועלכע זײַנען געטרײַ דער ייִדישער אמונה און דער ייִדישער מדינהשאַפֿט.

זייער נוסח פֿון לעבן האָט אָנגעשטעקט אַ סך ייִדן און זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער מדינה. דווקא אָט די טענדענץ האָט אָנגעשראָקן די דעמאָלטיקע מאַכט, אין תּוך אַ וועלטלעכע, אין שפּיץ מיט אַריאל שרון און זײַנע אָנהענגער. די שיינע ווערטער און באַגריפֿן וועגן שלום און זיכערהייט, וועגן אַן אינטערנאַציאָנאַלער אָנערקענונג, וואָס וועט קומען באַלד נאָכן אָפּרייניקן די שטחים פֿון די קאָלאָניסטן, דורכגעפֿירט מיט די הענט פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, איז געווען נישט מער ווי פּוסטע פּלאַפּלערײַ, וואָס צו גלייבן אין איר האָבן געוואָלט נאָר נאַיִווע ייִדן, וועלכע האָבן געהאַלטן אין איין איבערחזרן: „אַריק ווייסט וואָס ער טוט!‟

דורכגעשלעפּט דורך דער ווילנלאָזיקער כּנסת דעם פּאַרווע געזעץ „פּינוי־פּיצוי‟ (אַרויסגעצויגן — באַקומען קאָמפּענסאַציע), האָט עס באַוואָפֿן געוויסע פּאָליטיקער מיט אַ תּירוץ צו זאָגן, אַז דער גירוש־באַשלוס איז אָנגענומען געוואָרן אויף אַ „דעמאָקראַטישן אופֿן‟. זיי האָבן געהאַלטן, אַז ווי נאָר די קאָלאָניסטן, באַזעצט אין די אַזוי־גערופֿענע קאַראַוואַן־דערפֿלעך, וועלן באַקומען זייער קאָנפּענסאַציע־געלט, וועלן זיי זיך תּיכּף אַ וואַרף טאָן קויפֿן הײַזער און דירות ערגעץ אין רמת־אַבֿיבֿ און ירושלים, און זיך צעשפּרייטן איבערן לאַנד צווישן אַנדערע אײַנוווינער. די „געפֿערלעכע‟ קהילה וועט אויפֿהערן צו עקזיסטירן.

זיי האָבן זיך אָבער טועה געווען. נישט קיין דירות אין רמת־אַבֿיבֿ האָבן געחלומט צו קויפֿן די תּושבֿים פֿון גוש־קטיף; זייער ציל איז געווען צו פֿאַרהיטן יענע גײַסטלעכע ירושה, וואָס זיי האָבן געשאַפֿן במשך פֿון לאַנגע יאָרן און שווערער אַרבעט, און קיינעם איז נישט געגעבן געוואָרן עס בײַ זיי צונעמען. זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער מחנה מעקלערס, וואָס האָט זיי אַרומגעקלעפּט און פֿאָרגעלייגט אויסערגעוויינטלעך־לוינעוודיקע קניות פֿון הײַזער אין צענטער פֿון לאַנד.

די קאָלאָניסטן האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרהאַנדלען מיט דער רעגירונג, פֿאָדערנדיק אויסצופֿירן זייערע צוזאָגונגען, דהײַנו: אויסצוטיילן שטחים צו בויען אַ קהילה־ייִשובֿ, וווּ זיי וואָלטן געקאָנט אויפֿשטעלן זייער אײַנגעפֿירטן לעבנס־שטייגער, ווען מע קאָן זיך פֿאַרלאָזן איינער אויפֿן צווייטן; טיילן מיט די שכנים איין גורל.

אַ סך אין לאַנד און אין אויסלאַנד חידושן זיך, הלמאי האָט עס בײַ די אַרויסגעטריבענע קאָלאָניסטן גענומען אַזוי פֿיל צײַט דאָס אַרײַנציִען זיך אין זייער נײַער סטאַבילער וווינונג? דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער: די רעגירונג־אינסטאַנצן, געגרינדעט ספּעציעל צו לייזן די פּראָבלעמען פֿון די קאָלאָניסטן (און דערבײַ געפּטרט הונדערטער מיליאָנען שטײַער־געלטער), האָבן געלאָזט אין גאַנג אַלע ביוראָקראַטישע קונצן און טריקן, כּדי צו צווינגען זיי מסכּים צו זײַן אויף אינדיווידועלע וואַריאַנטן פֿון לייזן די וווין־פּראָבלעם. אַנדערש געזאָגט, צו פֿאַרניכטן די קהילה.

די ביוראָקראַטן האָט זיך עס אָבער נישט אײַנגעגעבן: די קאָלאָניסטן פֿון גוש־קטיף, נישט געקוקט אויף די פֿאַרלוסטן — נישט אַלע האָבן עס פֿיזיש און מאָראַליש געקאָנט אויסשטיין — האָבן זיך סוף־כּל־סוף, דערשלאָגן זייערס; זיי בויען זייער אייגענעם ייִשובֿ און טראָגן ווײַטער די טראַדיציעס פֿון אַ קהילה־לעבן, איבערגענומען פֿון די עלטערע דורות, פֿרומע פּיאָנירן־קאָלאָניסטן.