היטשקאָקס חורבן־דאָקומענטאַר

Hitchcock Holocaust Documentary

אַלפֿרעד היטשקאָק
Getty Images
אַלפֿרעד היטשקאָק

פֿון ייִט״אַ

Published January 15, 2014, issue of January 31, 2014.

די בריטישע צײַטונג „אינדיפּענדענט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם קומענדיקן יאָר וועט מען אויף דער ענגלישער טעלעוויזיע צום ערשטן מאָל ווײַזן דעם דאָקומענטאַר וועגן דעם חורבן פֿונעם באַרימטן רעזשיסאָר אַלפֿרעד היטשקאָק, לכּבֿוד דעם 70סטן יאָרטאָג זינט אייראָפּע איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער נאַצי־אָקופּאַציע. היטשקאָקס פֿילם, וואָס מע האָט אים באַשלאָסן אָנצורופֿן „Memory of the Camps‟ („די זכרונות פֿון די לאַגערן‟), איז רעסטאַוורירט געוואָרן דורך דעם „אימפּערישן מלחמה־מוזיי‟, מיט דער הילף פֿון מאָדערנע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. מע האָט אויך געביטן דעם פֿאַרלוירענעם זעקסטן טייל פֿונעם פֿילם און צוגעגעבן אַ נײַע קול־באַגלייטונג.

היטשקאָק, דער באַרימטער בריטישער רעזשיסאָר, וועלכער האָט געוווּנען אַ סך פּרעסטיזשפֿולע פּריזן פֿאַר זײַנע ווערק, האָט געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר פֿון די קאַדערס, פֿילמירט דורך דער בריטישער און סאָוועטישער אַרמיי בעת דער באַפֿרײַונג פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזען אינעם יאָר 1945. נאָך דער מלחמה, האָט מען אָבער נישט געוויזן דעם פֿילם; פֿינף פֿון די זעקס פֿילמע־שפּולן זענען געלעגן אינעם לאָנדאָנער „אימפּערישן מלחמה־מוזיי‟.

אין די 1980ער יאָרן, נאָכן טויט פֿונעם רעזשיסאָר, האָט מען אָנגעהויבן רעסטאַוורירן דעם פֿילם. אינעם יאָר 1984, בעת דעם בערלינער קינאָ־פֿעסטיוואַל, האָט מען עס געוויזן צום ערשטן מאָל. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט מען עס געוויזן אויף דער טעלעוויזיע, נישט געקוקט אויף דער שלעכטער קוואַליטעט. איצט האָבן די בריטישע קינאָ־רעסטאַווראַטאָרן צורעכט געמאַכט דעם דאָקומענטאַר, לויט היטשקאָקס אָריגינעלע פּלענער, און גרייטן זיך צו ווײַזן דעם פֿילם אויף דער טעלעוויזיע.