ווער רעדט אין נאָמען פֿון די אַמעריקאַנער ישׂראלים?

Who Represents Israeli-Americans?

אַ שילד וואָס באַצווייפֿלט אַמעריקעס שטיצע צו ישׂראל
אַ שילד וואָס באַצווייפֿלט אַמעריקעס שטיצע צו ישׂראל

פֿון עדי מהלאל

Published January 16, 2014, issue of January 31, 2014.

מיט אַ יאָר צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער נײַער איניציאַטיוו מיטן נאָמען „מועצה מקומית ניו יורק‟ („די אָרטיקע פֿאַרוואַלטונג פֿון ניו-יאָרק‟, אָדער בקיצור „המועצה‟) וואָס איז דעמאָלט פֿאַרלייגט געוואָרן, מיטן ציל צו ווערן דאָס רעפּרעזענטאַטיווע קול פֿון דער ישׂראלדיקער קהילה אין ניו-יאָרק.

„המועצה‟ האָט בדעה צו פֿאַראייניקן די אַלע קליינע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַשעפֿטיקן זיך אין דעם תּחום, און „צו פֿאַרשטיין, פּראָטעזשירן און באַזאָרגן די קהילה מיט אַלע אירע באַדערפֿענישן‟. (זעט: עדי מהלאל, מערץ 28, 2013 ניו-יאָרקער ישׂראלים פֿאַראייניקן זיך).

איך האָב אין יענעם רעפּאָרטאַזש אויך פֿאָרגעשטעלט דעם פֿאָרזיצער פֿון „המועצה‟, ארן (אָרען) היימאַן, אַן אַדוואָקאַט וועלכער איז טעטיק אין אַ סך היגע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט ישׂראל. און אויך, ווי אין גאַנג פֿון איר לאַנצירונג-טאָג, איז דער ענין קלאַסן-אונטערשייד דערמאָנט געוואָרן זייער ווינציק. אָבער עס זעט אויס אַז אַפֿילו אָט די אַלע „בירגעלעכע‟ שטריכן זענען נישט גענוג „פּאַטריאָטיש‟ פֿאַר אַ פּאָר רעכטע עקסטרעמיסטן, וואָס ווילן אויך זיך אַרײַנמישן און משפּיע זײַן אויף דער פּאָליטיק פֿון די אַמעריקאַנער ישׂראלים.

האָבן זיי איצט אַן אייגענע אָרגאַניזאַציע. די אָרגאַניזאַציע הייסט די „ישׂראל־אַמעריקאַנער פֿאַרוואַלטונג‟ (אָדער לויט די ראָשי-תּיבֿות — AIC). זי שטעלט ווי איר מאָטאָ די דרײַ ווערטער: „פֿאַרשטאַרקן די קהילה. פֿילאַנטראָפּיע. אַקטיוויזם.‟ מיט איין פֿילאַל אין לאָס־אַנדזשעלעס, די צווייטע גרעסטע „ישׂראלדיקע שטאָט‟ אין אַמעריקע נאָך ניו-יאָרק, און מיטן פּלאַן צו באַגרינדן נאָך אַנדערע פֿילאַלן איבער אַמעריקע, שטעלט די „ישׂראל־אַמעריקאַנער פֿאַרוואַלטונג‟ איר טראָפּ אויסשליסלעך אויף די געלטער פֿון די ייִדישע גבֿירים; מיט נישט קיין פּרעטענזיעס אַפֿילו צו פֿירן זיך ווי אַ „פֿאָלקס באַוועגונג‟. איין אַזאַ גבֿיר איז דער קאַזינאָ מאַגנאַט שעלדאָן עדעלסאָן.

ביבי רעדט אין די ישׂראלדיקע קאָלאָניעס אין 2012
ביבי רעדט אין די ישׂראלדיקע קאָלאָניעס אין 2012

שעלדאָן עדעלסאָן האָט זיך באַרימט געמאַכט ווי איינער וואָס שטיצט מיט ריזיקע סומעס געלט די סאַמע רעכטע פּאָליטיקער סײַ אין ישׂראל, סײַ אין אַמעריקע. אין ישׂראל האָט ער געגרינדעט די פּראָ-ביבי צײַטונג „ישׂראל היום‟, וואָס איז צעטיילט בחינם אויף די גאַסן און איז געוואָרן די סאַמע פּאָפּולערע צײַטונג אין דעם לאַנד. מע וועט נישט מגזם זײַן צו זאָגן אַז אַ דאַנק דער דאָזיקער עפֿעקטיווער פּראָפּאָגאַנדע-מאַשין, איז ביביס שטעלונג בראָש פֿון דער מדינה פּרעזערווירט געוואָרן (די ליבעראַלע צײַטונג „הארץ‟, למשל, קאָסט אַרום 10 שקלים, און אַפֿילו איר וועבזײַט איז נישט אומזיסט). אין אַמעריקע, האָט עדעלסאָן מבֿטיח געווען אומגלייבלעכע סומעס געלט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אַ קאַנדידאַט לויט זײַן געשמאַק זאָל געווינען אויף די נאַציאָנאַלע וואַלן קעגן באַראַק אָבאַמאַ; ערשטנס ניוט גינגרידזש און שפּעטער — מיט ראָמני.

אָבער וואָס גיט זיך איין אין ישׂראל, וועט נישט תּמיד מצליח זײַן אין אַמעריקע, און ער איז צום גרעסטן גליק ניכשל געוואָרן. מיט אַ פּאָר חודשים צוריק האָבן ס’רובֿ מענטשן זיך געכאַפּט, אָדער ווידער פֿאַרשטאַנען, וואָס פֿאַר אַ מסוכּנדיקער פּאַרשוין איז דער דאָזיקער עדעלסאָן, בשעת ער האָט פֿאָרגעלייגט, אַז אַמעריקע זאָל באָמבאַרדירן איראַן מיט נוקלעאַרן געווער! שרעקלעך.

איצטער, וואָס איז עדעלסאָנס פּלאַן לגבי די ישׂראלים אין אַמעריקע?

דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער: זיי מוזן בלינדערהייט שטיצן יעדע זאַך, וואָס אַ געוויסע ישׂראלדיקע רעגירונג טוט. גלײַכצײַטיק, פֿאַרשטייט זיך, וועט ער שוין פֿאַרזיכערן מיט זײַנע בײַשטײַערונגען אַז נאָר די רעכטע וועלן אַ מאָל קומען צו דער מאַכט אין ישׂראל. אויסער דער צײַטונג, שטיצט ער אין ישׂראל אויך אַזעלכע פֿאַשיסטישע גרופּעס ווי “אם תּרצו”.

דער פֿאָרזיצער פֿון „המועצה‟, היימאַן, וואָס איז פּאָליטיש אַ מעסיקער, האָט אין אַן אַרטיקל אין דעם ענגלישן „הארץ‟ טאַקע קריטיקירט די „ישׂראל אַמעריקאַנער פֿאַרוואַלטונג‟, זאָגנדיק: „אין לאָס־אַנדזשעלעס רעדט זיך וועגן אַ גרופּע רײַכע יחידים, וואָס ווילן, אַז די גאַנצע מאַכט איבער דער קהילה זאָל ליגן אין זייערע הענט.‟

אַנטקעגן דעם, דעפֿינירט היימאַן די „המועצה‟ אָרגאַניזאַציע ווי אַ „פֿון די וואָרצלען‟ (grassroots) סאָרט אָרגאַניזאַציע — דאָס הייסט, מע פּראָבירט זיך צו פֿירן מער דעמאָקראַטיש: צו האָבן וואַלן פֿאַר איר פֿירערשאַפֿט, און צו באַגרענעצן די געלטער, וואָס מע איז גרייט צו באַקומען פֿון געציילטע גבֿירים.

ווי אַזוי האָבן די מענטשן פֿון די „ישׂראל אַמעריקאַנער פֿאַרוואַלטונג‟ רעאַגירט אויף היימאַנס באַשולדיקונגען?

דער קאַזינאָ-מאַגנאַט עדעלסאָן מיט זײַן ישראל-אַמעריקאַנער פֿרוי מרים
דער קאַזינאָ-מאַגנאַט עדעלסאָן מיט זײַן ישראל-אַמעריקאַנער פֿרוי מרים

זיי, אין נאָמען פֿון זייער פֿאָרזיצער שאָן אבֿן-חיים, האָבן צעשיקט אַ בליצבריוו צו אַלע „המועצה‟ מיטגלידער, זאָגנדיק:

„{היימאַנס} דערקלערונג איז בבֿחינת אַ באַשולדיקונג נישט נאָר קעגן אײַך און קעגן אונדז, אָבער אויך קעגן יעדן איינעם, וואָס גיט איבער זײַן געלט און זײַן צײַט לטובֿת זײַן קהילה. איך נעם אָנטייל אין נישט-פֿאַר-פּראָפֿיטיקער כּלל־אַרבעט שוין אַ סך יאָרן, און איך האָב קיינמאָל נישט אָנגעטראָפֿן אַזאַ מין אַטאַקע קעגן מנדבֿים און אָנפֿירערס, וואָס גיבן זיך אַזוי פֿיל אָפּ מיט זייער קהילה.‟

איז געבליבן די פֿראַגע, אין שײַכות מיט דעם דאָזיקן קאַמף צווישן די צענטריסטן פֿון „המועצה‟ פֿון איין זײַט, און די גאָר רעכטע פֿון דער „ישׂראל־אַמעריקאַנער פֿאַרוואַלטונג‟ פֿון דער צווייטער — וווּ זענען, צו אַלע שוואַרצע יאָר, די לינקע?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.